געוועזענער ּפרעזידענט באַראַק אָבאַמאַ וועט קומענדיגע וואָך דורכפירן א פאָנדרעיזינג אָווענט פאַר'ן דעמאָקראַטישן  פרעזידענט קאַנדידאַט דזשאָו ביידען. אָבאַמאַ וועט אַנטיילנעמען ביי א ווידעאָ קאָנפערענץ פאָנדרעיזינג אָווענט, וואו ער וועט אויפטרעטן אינאיינעם מיט ביידען, און וועט ציהלן אויפצוטרייבן ביישטייערונגען ביי צענדליגער טויזנטער קלענערע ביישטייערער. לויט ווי מען הערט, וועט אָבאַמאַ אַּפעלירן צו די מאַסן אַז מען זאָל ביישטייערן וויפיל מען קען, אפילו קליינע סומעס, מיט'ן ציהל צו העלפן דאָס לאַנד אין די וויכטיגסטע וואַלן אין היסטאָריע.




דורך לוח הציבור

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל