דאטום: מאי 10, 2020

הצלה קען נישט נאכקומען די קאלס, מענטשן קומען ניטאמאל אָן אין שפיטאל, אין מ'פאלט אוועק. שפיטעלער לאזן מענטשן אויסגיין פאר הונגער, הארגענען מענטשן מיט'ן אויסשאלטערן די מאשינען.

די נמשל

די היפּאטעטישע נייעס קען זיין די אויסשפיל פינעם יעצטיגע "אונטער-ערדישע חדר" אונטערנעמונג.

די סאטמאר'ע מוסדות אין ניו יארק, סיי אין די שטאט ווי אויך אין קרית יואל, האבן זיך ארויסגעלאזט אין א שחיטה-ספּרי, ווי זיי עפענען צוריק די קלאַסן פאר די אינגלעך. זיי האבן ארויסגעגעבן א פארלאנג פאר אירע מלמדים אז זיי זאלן זיך טרעפן שטיבער ווי זיי זאלן קענען פארלערנען פאר בערך העלפט פון זייערע תלמידים אויפאמאל. דאס וועט אנגיין פאר א האלבע טאג, און די אנדערע העלפט קלאס וועט קומען די אנדערע טייל פונעם טאג.

לויט'ן געזעץ...

די מעסעדזש, האט געהאט א צינישע טייל, ווי עס הערט זיך אז "דאס וועט - פארשטייט זיך - אויסגעפירט ווען לויט די געזעץ פונעם סטעיט". לצי לצנות! די סטעיט?! וועלכע געזעץ?! פארוואס לערנען אין קעלערן אויב עס איז לויט די געזעץ?

די געזעץ, די מעדעצינישע וועלט, די מידיא, די אלגעמיינע וועלט, אלע ווען שטוינען ווען זיי וועלן הערן פון די אומפאַרגעבּאַרע פארברעך, אבער די [מכלומ'רישע] פירערשאפט וועט זיך אפוואשן די הענט, און זאגן פאר די גאס אז דאס איז געטוהן געווארן דורך די [אומשולדיגע] מלמדים אויף די אייגענע הענט. אויב וועט געגעבן ווערן געלד שטראפן, וועט די פלאמעדיגע עסקנות אויפשווימען, און אויב עס ארבעט נישט וועט עס נעלם ווערן און איבערלאזן די מלמדים זיך צו ספראווען מיט די פראבלעם.

די מאסן-מארד פלאן

די פלאן איז אז יעדעס קינד וועט זיך טעגליך באטייליגן אין אזא סארט שולע פאר בערך א האלבע טאג, אזוי ארום וועלן זיי האבן סטרוקטור אינעם טאג, און אין די זכות פון די תינוקות של בית רבן וועט די ווירוס במהרה אונטערגיין.

די מטרה האט א הערליכע קלאנג, ווי מערסטענס פראפאגאנדע. ווער קען האבן טענות אויף אזא הייליגע און וואוילטעטיגע מיסיע? וואס ווילן שוין ווייטער די אויפגעקלערטע? (הפנים דאס ווילן צו לעבן איז א אויפגעקלערטע משוגעת; די אנדערע ווילן נישט לעבן?)

אויב צוועלף טייערע אידישע אינגלעך קומען זיך צוזאם טעגליך, מיינט דאס אז אפילו אויב נאר איינס פון די צאן קדשים ווען אנגעשטעקט (אפילו אהן קיין סימטאמען), שטעלט יענער איין דאס לעבן פון די מלמד און די עלטערן פון די אנדערע עלף קינדער. דאס קומט אויס צו א סך הכל פון צוועלף פרישע טאטעס און צוועלף פרישע מאמעס, מאנכע איבער די פערציג יאהרגאנג. די חשבון נעמט ניטאמאל אין באטראכט די ווייט-גרייכענדע אומגליק ווען די פרישע פיר-און-צוואנציג אנגעשטעקטע ווען ווייטער ארומגיין אויף די גאס וכדו', נישט נעמענדיג אין באטראכט אז זיי זענען דא אנגעשטעקט געווארן. עווענטועל איז די שאנס אז דאס זאל נישט אנקומען צו א זקן מופלג בא בימים (אדער איינער מיט א געזונט צושטאנד) א זיכערע נול!

די מוסד האט ענדליך געענדיגט די ענגילטיגע לייזונג צו דעם אידן-פראבלעם עפ"ל!



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל