שלום וברכה אידישע נייעס וועבזייטל, און פאר די טויזענטער אידן וועלכע האבן געליינט מיין אנאליז פון מוצאי שבת!

די ריספאנד איבער מיין פאריגע בריוו, איז געווען מער ווי ערווארטעט. סיי אין א פאזאטיווע וועג, ווי צענדליגע מענטשן האבן קאמענטירט אז די בריוו האט געדארפט ווערן אראפגעלייגט אין ווערטער איינמאל פאר אלעמאל, און ווי אויך אין א נעגעטיווע וועג, מיט א היפשע צאל קאמענטארן אז דאס הייסט אנטיסעמיטיזם, אנדערע האבן עס גערופן "סעלף העטינג אידן". סאָו, צום ערשט א דאנק פאר יעדעם וועלכע האט גענומען די צייט צו קאמאנטירן.

אין די לעצטע 24 שטונדן האט זיך אלעס געטוישט אין וויליאמסבורג, 95 פראצענט וויליאמסבורג'ע איינוואוינער גייען מיט מאסקעס! וואס האט פאסירט? איז תושבי וויליאמסבורג געקומען צום שכל?

ליידער איז אבער די תירוץ, "אז עס איז געלט!". די שטאט גייט בעטן געלט ווער עס גייט נישט מיט קיין מאסקעס, און ווען עס קומט צו געלט, פאלגט יעדער! דער נייע געזעץ (וועלכע מאנכע רופן דאס אן "א ביטערע גזירה") איז אריין אין אפעקט די פארגאנגענע פרייטאג צונאכטס, "מען מוז" גיין מיט א מאסק, און די וועלכע פאלגן נישט וועלן באקומען א $500 שטראף.

מנינים, האט מען שוין אויך געהערט היינט פון עטליכע פאליטיקאנער אז מען וועט עס נעמען אין די הענט אריין, מעגליכע ארעסטן פאר די וועלכע וואס שטעלן א ווידערשטאנד. וואונדער איבער וואונדער, די תירוץ פון "די חברה האבן נישט קיין אינטערנעט" איז שוין נישט פארהאן, די גאנצע עולם, יעדע צערידערטע און נארמאלע פארשוינען פארשטייען!

עס איז א גרויסע שאד, אז נאך די פילע חילול השם וועלכע איז ארויסגעקומען דערפון, ווייזן מיר פאר די וועלט, אז מיר וועלן זיך נישט ריקן פון אונזערע משוגעת'ן ביז מען וועט אונז שטראפן מיט געלט אדער ארעסט!

א בליק אין טשעסנאט גראסעריי, אנשים נשים וטף גייען מיט מאסקעס!

איך גיי מיר יעצט אנהייבן צו באציען צו די פילע קאמענטארן איבער די אויסרייד "אז די ארטיקלעך פארשפרייטן אנטיסעמיטיזם".

מיט בערך א יאר צוריק, האט וויליאמסבורג געשטורעמט מיט די מיזעלס אויסברוך. ב"ה גאר ווייניג היימישע אידן זענען געווען צעטומל'ט, און אויסער די עטליכע פרויען וועלכע האבן געמאכט קולות צו די טעלעוויזיע איז יעדער געווען בדעת. יעדער האט דאן פארשטאנען וואס די חילול השם איז געווען, און ווער עס האט אנגעמאכט די אנטיסעמיטיזם!

מיזעלס-צייטן אין וויליאמסבורג

14 מאנאטן שפעטער, עס איז קאראנע-צייט, די צעפארעניש איז אין לשער! די אנטיסעמיטן און רוצחים זענען די דאזיגע וועלכע ווילן ראטעווען דיין לעבן, און די מסירות נפש אידן זענען די וועלכע וואס פאלגן נישט קיין איין דאקטער, חברה הצלה און יעדע מענטש וועלכע האט א טראפעלע שכל מער ווי אייך.

וואס באריכטעט די מידיא? די מידיא, איז ביזי אז די אידן פאלגן נישט די רעגולאציעס, ווען די מידיא וועט זיך אראפלאזן צו קיעפ סטריט אויספרעגן די דאזיגע נשים, וועט זיך איבערשפילן דאס זעלבע מיט די ווייבלעך. מיר וואוינען נישט אין עפעס אן אנדערע וועלט, ווי די מידיא האט נאך קיינמאל נישט באזוכט, מיר זענען אין אמעריקע!

ניין, נישט די אידישע קוועלער שאפן די אנטיסעמיטיזם, נאר די וועלכע ווייזן די שטאלצקייט און גייען אן מיט די מנינים אויף די גאסן, און פאלגן נישט קיין שום רעגולאציעס, זיי שאפן די אנטיסעמיטיזם! די מידיא איז נישט היינט געבוירן געווארן, די היימישע אידן האבן זיך שוין ליידער איינגעשאפט א נאמען צו דער אמעריקאנער פאלק "פאר די וועלכע פאלגן נישט קיין רעגולאציעס".

ברענגט מיר נישט יעצט קיינע ווידעאס, ווי מען זעט אז דאמינאו-פארק איז אנגעפילט, מיט די שרייענדע קעפלעך "די מידיא זענען אנטיסעמיטן, נאר ביי חסידים זענען זיי פארטאן, ועוד", נעמט א נענטערע בליק צום ערשט אין די ווידעא, און קוקט וואס עס גייט דארט פאר. רוב פון זיי זענען פאמיליע, קיינער האט נישט געשריגן אויף אייך ווען איר זענט געזיצן אין אייער קיך מיט אייערע קינדערלעך שיחיו.

באמת, איז עס טאקע נישט אינגאנצן גערעכט, אבער די דיפרענץ פון צווישן די דאזיגע ערלים אין די פארקס, מיט די אידן ביי מנינים איז גאר אנדערש. דער איד'ס תירוץ פאר'ן דאווענען מיט מנין איז, אז עס איז אידישע-תורה'דיגע זאך, אבער ביי די ערלים איז די ענטפער "לאמיר זיך אינדזשויען מיט מיין פאמיליע-פריינט". ווען אידן זענען געגאנגען און אנגעקליידעט די אומ'אחריות'דיגקייט וועלכע הערשט ביי אונז איבער די קאראנע, מיט די תורה, דאן האט זיך די אנטיסעמיטיזם אנגעהויבן.

פונקט ווי איר פארשטייט אז להבדיל ביי די שווארצע, ווען 1000 צעלאזטע שווארצע, צינדן אונטער אויטאס נאך וואס א פאליציי-אפיציר האט געשאסן א טונקל-הויטיגער, וועלן זיך די קעפלעך ליינען "די היספאנישע קאמיוניטי איז אנגעגעהיצט נאך וואס א פאליציי...", און איר וועט נישט שרייען ראסיזם, דאס זעלבע איז יעצט, לייכטזוניגע אידן האבן אנגעקליידעט אונזערע מנינים און אידישקייט, און דאס האט פארשפרייט די אנטיסעמיטיזם! 

די אידישע קוועלער וועלכע האבן ארומגעשיקט די פלאקאטן איבער 3 אידן וואס מיינען דיין טובה (ליידער, וועט איר דאס נישט פארשטיין ביז אייער טאטע וועט שטארבן רח"ל) אז זיי זענען מוסרים, מען דארף זיי הרג'ענען, דאס האט שוין באוויזן צו דערגרייכן צו די פאליציי און די מידיא! פרעג איך אייך, ווער מאכט די חילול השם ווער פלאנצט איין די אנטיסעמיטיזם, ווען דער ניו יארק טיימס וועט מארגן ערשיינען מיט א קעפל "אידן סטראשענען אנדערע אידן וועלכע פרובירן צו ראטעווען לעבנס מיט טויט". ווער מאכט די חילול השם?

איך גיי אייך נישט בעטן, צו אויפהייבן די פאון און אנרופן די פאליציי אויף יעדע מנין, דאס זאלט איר זיך דורכרעדן מיט אייער דיין בעפאר. איך וויל אייך בעטן איין זאך, פאר אייער טובה:

הערט אויס וואס די הצלה און אנדערע דאקטוירים בעטן פון אייך, הערט אויף אנזייען אנטיסעמיטיזם מיט'ן מאכן מנינים. זייט נישט ווי די אנדערע 700 היימישע פאמיליעס וועלכע זיצן שבעה!

-א וויליאמסבורג'ע איינוואוינער וועלכע האט שוין פארלוירן 3 נאנטע וועלכע האבן געדאווענט מיט מנין



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל