ברוקלין - דריי אידן אין די יארגאנג פון 29 ביז 37 זענען ארעסטירט געווארן נעכטן נאכט פארענט פון די 770-חב"ד שוהל פאר'ן נישט אויספאלגן די סאשעל-דיסטענסינג רעגולאציעס.

ווי די פאליציי זאגט, האבן זיי באקומען א רוף פון עטליכע לאקאלע איינוואוינער אז א גרופע מענטשן פאלגן נישט אויס די רעגולאציעס פארענט פונעם בית המדרש. ווען די פאליציי איז ערשינען, האבן זיי געווארענט עטליכע מאל די דארטיגע אידן, און ווען זיי האבן נאכאלס נישט געפאלגט, זענען זיי געווארן ארעסטירט.

יעקב בערמאן, די ווארטזאגערין פאר חב"ד האט געלאזט הערן א סטעיטמענט, אז די ארעסטירטע האבן נישט געהאט קיין ערלויבעניש זיך צו דרייען ביי די שוהל זאגענדיג, מיר האבן קלאר געמאכט, אז די שוהל איז פארשפארט און אז עס איז נישט ערלויבט זיך צו דרייען דארט. מיר שטיצן די פאליציי'ס באהאנדלונג!

צוויי פון די דריי ארעסטירטע, זענען אויך געווארן אנגעקלאגט פאר'ן פרובירן אפצוהאלטן די פאליציי פון זיי ארעסטירן.



באריכט פון לוי מאיער צו אידישע נייעס (וועב | טעלעגראם | טוויטער | אינסטעגראם | וואטסעפפ)

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל