א צאל אידישע גרופעס האבן געברענגט א קלאגע צו די טעקסאס געריכט צו אפשטעלן דאס אויספירן דעם טויט אורטייל אויף דעם אידישן ארעסטאנט רענדי האלפערין וועלכער איז פאראורטיילט געווארן צום טויט פאר׳ן אומברענגען א פאליציי אפיציר נאכ׳ן דורכפירן א רויבעריי. די גרופעס זאגן אז דער ריכטער וואס האט אים פאראורטיילט האט גענוצט אנטיסעמיטישע אויסדריקן דורכאויס דעם פראצעס און האט עפנטליך אויסגעדריקט פיינטשאפט צו אידן. זיי שרייבן אז דאס ברענגט אויף שווערע פראגעס איבער דעם אורטייל און אז עס פאדערט זיך א פרישע פראצעס. דער טויט אורטייל איז געפלאנט אויף קומענדיגן אקטאבער 10 און מען פרובירט אלע מיטלן דאס צו אפהאלטן.



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל