אמעריקאנער ארבעטסגעבער האבן צוגעלייגט 130 טויזנט פרישע פאזיציעס אין אויגוסט טראץ די אנגעצויגענע עקנאמישע צושטאנד איבער דעם האנדלס קריג מיט כינע, און דער ארבעטסלאזיגקייט ראטע איז געבליבן ביים נידריגן ציפער פון 3.7 פראצענט, א רעקארד פון ארום 50 יאר. אזוי אויך זענען די געהעלטער פער-שעה געשטיגן איבער׳ן יאר מיט 11 צענט צו $28.11 א העכערונג פון 3.2 פראצענט, עטוואס העכער ווי די געשאצטע 3.1 פראצענט. אין דורכשניט האט די עקאנאמיע צוגעלייגט 158 טויזנט דזשאבס פער-מאנאט, היבש ווייניגער ווי דער דורכשניטליכע 223 טויזנט דזשאבס פער חודש דורכאויס דעם יאר בעפאר.
גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס
הוסף רשומת תגובה