פרעזידענט פוטין האט נעכטן געזאגט אז ער האט אנגעבאטן פאר׳ן אמעריקאנער פרעזידענט טראמפ צו פארקויפן רוסישע הייפערסאניק מיסילס ביי זייער לעצטע סאמיט אין יאפאן, ״איך האב אים געזאגט, דאנעלד איך קען דיר פארקויפן אזאנע מיסילס״ האט פוטין געזאגט, און צוגעלייגט אז דערווייל איז רוסלאנד די איינציגע לאנד וואס פארמאגט אזעלעכע פארגעשריטענע מיסילס, און אמעריקע פרובירט דאס יעצט צו נאכמאכן, אבער ער האט פרובירט צו איבערצייגן אמעריקע אז עס איז א שאד דאס געלט און זיי קענען דאס קויפן פון רוסלאנד. פוטין האט דאס געזאגט אין א קענטיגע פארזוך זיך צו אייסערן איבער זיין לאנד׳ס מאדערנאזירטע מיליטערישע ארסענאל וואס זי האט באוויזן צו בויען אין די לעצטע יארן טראץ וואס עס פארלעצט געוויסע אינטערנאציאנאלע אפמאכן.



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל