ניו יארק - א ניו יארק פאוסט דזשורנאליסט האט זיך אראפגעלאזט די פארגאנגענע וואך קיין וויליאמסבורג, און אויסגעפרעגט עטליכע היימישע אידן וויאזוי זיי שפירן איבער די הונדערטער טוריסטן וואס לאזן זיך אראפ יעדן טאג - ספעציעל אום שב"ק, און שפרייזן ארום אין וויליאמסבורג כאפענדיג בילדער פון יעדע היימישע איד.
פאלגענד איז די פונקטליכער באריכט:
"ארטאדאקסישע אידן אין וויליאמסבורג ווערן נערוועז ווען איר באטראכט זיי פון קאפ ביז פיס, זייערע קליידער, און כאפט בילדער פון זיי!" שרייבט דער רעפאָרטער. "ווען מיר האבן געפרעגט ר' חיים - א סאטמאר'ע וויליאמסבורג'ער אינגערמאן - וואס ער זאגט דערצו, האט ער זיך אנגערופן 'מיר זענען נישט קיין חיות; מיר זענען נארמאלע מענטשן; עס איז נישט קיין נארמאלע זאך וואס זיי טוען'."
אן אנדערער סאטמאר'ע אינגערמאן הרב הויער האט געזאגט פאר'ן רעפאָרטער, "די טוריסטן לאזן זיך אראפ יעדן טאג ביי די הונדערטער, זיי כאפן בילדער פון מיר אהן מיין צושטומונג, זיי קוקן מיר אן ווי איך בין אינגאנצן משוגע, ווי כ'בין נישט ווי א נארמאלער פערזאן, און ממילא קוקן זיי עס אן נארמאל צו כאפן בילדער פון מיר. זיי גייען ארום, רופן זיך אן הויעך 'קוק אן יענע פרוי', 'קוק וויפיהל קינדער זי פארמאגט', אדער 'וואס זאגסטו צו איר קלייד'. יעדעס מאל כ'גיי אריין אין א שוהל, שטייען צענדליגע טוריסטן און כאפן בילדער..."

ווי די רעפאָרטער שרייבט ווייטער, קומען יעדן טאג ארום איינס אזייגער נאכמיטאג אן באסעס, אנגעפילט מיט ארום 200 טוריסטן פון ארגענטינע, דייטשלאנד און שפאניע, פילן אן די גאסן, און שפאצירן אריין אין געשעפטן. דערפאר האבן וויליאמסבורגער געשעפטן אנגעהויבן אויפצוהענגען טאוולען פארענט פונעם געשעפט, שטייענדיג "No Shirtless, No Shorts, No Tank Tops and No Barefoot".
ווען דער דזשורנאליסט ענדיגט צו, שרייבט ער אז ער האט אויך אויסגעפרעגט א היימישער ווייבל, און - ווי זי זאגט - די ארטאדאקסישע אידן ווילן זיין אפגעזונדערט פון דער וועלט, און מען דארף אויפמערקזאם מאכן פאר די וועלט אז מיר זענען נארמאלע מענטשן, און אז די טוריסטן זאלן רעספעקטירן אונזער קליידונג ווען זיי דרייען זיך ארום צווישן אונז.

הוסף רשומת תגובה