ליף אלסאן, וועלכער איז נארוואס נאמינירט געווארן אלס ראטגעבער פאר די פעדעראלער לעיבאר דעפארטמענט, איז אפגעזאגט געווארן פון זיין אמט נאכדעם וואס די פרעסע האט אויפגעדעקט אז ער האט זיך באנוצט מיט אנטיסעמיטישע באמערקונגען אויף סאציאלע מידיע מיט עטליכע יאר צוריק. אלסאן האט זיך פארטיידיגט אז ער איז נישט גוט פארשטאנען געווארן און ער האט אייגנטליך געמיינט צו טרייבן שפאס פון אנטיסעמיטן, די ׳אנטי דעפעמאציע ליגע׳ האט געזאגט נאכ׳ן איבערקוקן דעם געשרייבעכץ אז זיי נעמען אן זיין ערקלערונג, און ער איז צוריק אויפגענומען געווארן צו זיין פאזיציע און מען האט זיך אנטשולדיגט פאר די מיספארשטענדעניש.



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל