דער שטורעם דאריען - וועלכע רייסט דורך דעם מעקסיקאנער גאלף אויפ׳ן וועג צו די קאריביער אינזלן און פלארידע - האט זיך שטארק געשטערקערט איבערנאכט און איז אנגעקומען צו א קאטעגאריע 3 האריקעין מיט ווינטן פון איבער 85 מ.פ.ש. און איז ערווארטעט צו ווערן נאך ווילדער און גרייכן ארום 125 מ.פ.ש. ווען עס פאלט אן אויף די ברעגעס פון פלארדיע דעם מאנטאג. דער גאווערנער פון פלארידע האט דערלקערט א ׳סטעיט אוו עמערדשענסי׳ אין 26 קאונטיס איבער פלארידע און געמאלדן איבער מאסיווע בעפארברייטונגען צו א גאר שווערע שטורעם מיט מאסיווע שאדנס. די זארג פון באאמטע איז דאס וואס דער האריקעין רוקט זיך שטייט פאראויס, טראץ וואס ׳דער אויג פונעם שטורעם׳ איז גאר ווילד. דאס איז א טאפלטע פראבלעם וויבאלד עס מיינט אז דער שטורעם וועט בודזשעווען פאר א לענגערע צייט איבער פלארדיע און קען ברענגען שווערע און געפארפולע פארפלייצונגען.
גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס
הוסף רשומת תגובה