הויכראנגיקע מיליטערישע קוועלער האבן באריכטעט צו די פרעסע אז א סוקסעספולער סייבער אטאקע דורכ׳ן אמעריקאנער מיליטער האט באוויזן צו אפווישן א וויכטיגע דאטאבאזע פונעם איראנער מיליטער וואס האט איר ערלויבט צו נאכגיין און פאטראלירן שיפן אינעם פערסישן גאלף. די אטאקע איז דורכגעפירט געווארן קורץ נאכדעם וואס איראן האט אראפגעשאסן אן אמעריקאנער דראון, און - לויט דעם מיליטער - האט דער איראנער מיליטער זיך נאכנישט ערהוילט פון די אטאקע וואס האט שטארק איינגעצוימט אירע מעגליכקייטן צו קאנטראלירן דעם פערסישן גאלף. לויט געוויסע באריכטן האבן די סייבער אטאקעס אויף געשעדיגט איראנער ראדארן, אבער א ווארטאגער פאר׳ן פענטאגאן האט רעאגירט צום באריכט אז ״עס איז די פאליסי פון די מיליטער נישט צו דיסקוטירן געהיימע סייבער אפעראציעס״.



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל