כינע האט היינט צום ערשטן מאל גענוצט א נייע טאן איבער די האנדלס געשפרעכן און באשטעטיגט אז אירע פארשטייער זענען אין קאנטאקט מיט אמעריקאנער פארשטייער, און געזאגט אז זי זוכט צו נידערן די טענער און אויסארבעטען די דיפערענצן ׳אין א רואיגע געמוט׳ און זיי וועלן דערווייל נישט נעמען קיין שריט צו רעאגירן צו די לעצטע טאריפן וואס אמעריקע האט ארויפגעלייגט. די סיגנאלן צייכענען אן א וויליגקייט פון בעידזשינג צו שליסן אן אפמאך און פרעזידענט טראמפ האט אויך היינט אינדערפרי געזאגט אז די געשפרעכן וועלן היינט באנייעט ווערן ׳אויף פארשידענע שטאפלן׳ אבער דערווייל איז נישט פארעפנטליכט געווארן מער דעטאלן איבער די אינהאלט פון די געפשרעכן און וואספארא פארשריט עס ווערט געמאכט אין די געשפרעכן.



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל