רוסלאנד האט קאטעגאריש געלייקנט א באריכט אין די מדינת ישראל פרעסע אז זי זאל האבן געהעקט דעם פריוואטן טעלעפאון פון דעם אפאזיציע פירער אין מדינת ישראל בעני גאנץ וועלכער איז די הויפט קעגנער פונעם אמטירנדער פרעמיער מיניסטער ביבי נתניהו אין די בעפארשטייענדע וואלן. א פריוואטע פירמע וועלכע גאנץ האט אויפגענומען צו פארשן ליעקס פון זיין קאמפיין איז ארויסגעקומען מיט א באשולדיגונג אז רוסישע העקער זענען געשטאנען דערונטער, אבער גאנץ זעלבסט און זיין קאמפיין לייקענען דאס, און זאגט אז די פריוואטע פירמע האט געמאכט א שוואכע ארבעט און זיי האבן גענומען א צווייטע פירמע וועלכע האט באשטעטיגט אז די טעלעפאונען זענען נישט געהעקט געווארן.
גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס
הוסף רשומת תגובה