אין בעפארברייטונג צו א סאמיט אין באכריין אין די קומענדיגע טעג צו באהאנדלן די נייע ׳שלום פלאן׳ פונעם טראמפ אדמיניסטראציע איז אפיציעל ארויסגעגעבן געווארן די דעטאלן פונעם ערשטע פאזע אינעם פלאן וואס זוכט צו אריינגיסן ביליאנען אין די פאלעסטינער עקאנאמיע און פארבעסערן די אומשטענדן אין די פאלעסטינער טעראטאריעס.
דער פלאן רופט פאר אן אינוועסטמענט פון איבער פופציג ביליאן דאלער אין די פאלעסטינער טעראטאריע, און צו אויפבויען שאסייען, וואסער און עלעקטערישע איינריכטונגען לענגאויס עזה און דער מערב ברעג, און אויך פאר א טונעל וואס זאל פארבינדן דעם מערב ברעג צו עזה, און איינשטעלן בעסערע טעלעפאנישע פארבינדונג. דאס וועט אויך פאדערן א פארפליכטונג פון מדינת ישראל צו ערלויבן גרינגערע באוועגונג פאר פאלעסטינער אין די אקופירטע געביטן. 
דער פלאן איז ענליך צו פלענער פון פריערדיגע אדמיניסטראציעס אבער עס זוכט צו אפטיילן דעם פאליטישן טייל פונעם עקאנאמישן טייל און בויען א פאלעסטינער אויטאנאמיע שטאפלווייז, און דעריבער האט די פאלעסטינער אויטאריטעט דאס שארף אפגעווארפן און האט זיך אנטזאגט פון שיקן א פארשטייער צום קאנפערענץ אין באכריין, זאגנדיג אז סיי וועלכע פלאן דארף זיך אנהויבן מיט א פארפליכטונג פאר א צוויי-שטאטן לעזונג.



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל