איראנער באאמטע זאגן אז זיי האבן באוויזן צו אפשלאגן א סייבער אטאקע וואס אמעריקע האט אונטערגענומען קעגן זייערע שפיאנאזש אגענטורן און ראדארן נאכדעם וואס זיי האבן אראפגעשאסן דעם אמעריקאנער דראון. דער סייבער אטאקע איז אויך באשטעטיגט געווארן דורך אמעריקאנער קוועלער צום ׳וואל סטריט דזשורנאל׳ וועלכער האט געזאגט אז דאס איז א טייל פון די שריט וואס די אדמיניסראציע נעמט אלס נקמה פאר די דראון אטאקע. אין אנדערע נייעס איז באריכטעט געווארן אז דער סעקערטארי אוו סטעיט פאמפעאו געפונט זיך יעצט אין סאודי אראביע צו דיסקוטירן ווייטערדיגע שריט איבער איראן מיט די ארטיגע רעזשים.




גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל