פרעזידענט טראמפ האט מיט עטליכע טעג צוריק געזאגט אז ער וויל נישט קיין קריג מיט איראן און זוכט ענדערש צו נעמען עקאנאמישע שריט צו צווינגן איראן צו קומען צום פארהאנדלונגס טיש, און די אדמיניסטראציע האט טאקע נעכטן אנאנסירט א רייע פרישע עקאנאמישע סאנקציעס קעגן איראן, דאסמאל אויך קעגן דעם הויפט גייסטליכע פירער אייאטאלע כאמינאי.
דאס קומט נאכדעם וואס מיט עטליכע חדשים צוריק זענען שוין אריין אין קראפט סאנקציעס וואס שטעלן אפ די פארדינסטן פונעם איראנער אויל אינדוסטרי וואס איז די הויפט איינקונפט פאר׳ן לאנד, און נאך סאנקציעס וועלכע טוען עקאנאמיש דערשטיקן דעם רעזשים. אלעס אינאיינעם האט די אדמיניסטראציע איינגעשטעלט איבער טויזנט סאנקציעס אויף איראנער פירמעס און אינדיווידועלן, און לויט די אדמיניסטראציע טוט דאס גענצליך פארקריפלן דעם איראנער עקאנאמיע.
סעקערטערי אוו סטעיט פאמפעאו האט ווידערהאלט די צוועלף תנאים וואס ער האט געשטעלט פאריגן מאנאט אויף צו אראפנעמען די סאנקציעס, דאס נעמט אריין צווישן אנדערע: אפשטעלן דעם נוקלעארן פראגראם און דער באליסטישע מיסיל פראגראם, ענדיגן די שטיצע פאר טעראר ארגאניזאציעס און זיך ארויסציען פון סיריע און באפרייען אלע אמעריקאנער ארעסטאנטן.

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס
הוסף רשומת תגובה