אין די לעצטע טעג פאר די דעבאטע - וואס קומט פאר דעם מיטוואך און דאנערשטאג - פרובירן אלע דעמאקראטישע קאנדידאטן צו קריגן נאצינאנאלע דעקונג דורך ארויסלייגן גרויסצוגיגע פלענער און רעטאריק. היינט האט דשאו ביידען ארויסגעלייגט זיין אימיגראציע פלאן אין וועלכע ער רייסט אראפ דעם פרעזידענט אז ער האט ארגער געמאכט דעם פראבלעם פון אומלעגאלע אימיגראציע וויבאלד ער העלפט נישט די לענדער אין דרום אמעריקע וועלכע פאלן צוזאם, און האט געשניטן אמעריקאנער הילף צו לענדער וועלכע זענען אין קריזיס.
ביידען האט אראפגעריסן טראמפ׳ס אימיגראציע פאליסיס און צווישן אנדערע געזאגט אז ״טראמפ זוכט צו נוצן דעם אימיגראציע קריזיס אלס א פאליטישע קארטל, און זוכט נישט צו לעזן דעם פראבלעם״ און האט פארשפראכן צו שענקן לעגאלע סטאטוס פאר אלע וועלכע זענען אנגעשלאסן אינעם ׳דריעמער׳ס׳ פראגראם וואס באדייט אז זיי זענען דאהי פון א יונגע עלטער און ארבעטן אדער שטודירן אין אמעריקע, און אויסברייטערן די לעגאלע אימיגראציע פראגראמען אויף צו פארזיכערן אז פליטים נעמען נישט אונטער קיין ריזיקאלע שווערצונגען.
גלייצייטיג איז אין די טעג פאר׳ן דעבאטע צוגעקומען א 25סטער קאנדידאט צום פארמעסט ווען דער 67 יעריגער דשזאו סעסטעק האט געמאלדן אז ער שפרונגט אריין אינעם פארמעסט. סעסטעק איז א מיליטערישער וועטעראן און געוועזענער קאנגרעסמאן פון פענסילוועניע, און איז אין די פארגאנגענהייט געלאפן פאר סענאט אבער האט פארלוירן.

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס
הוסף רשומת תגובה