אין ירושלים האט זיך נעכטן געעפנט א סאמיט צווישן הויכע זיכערהייט און מיליטערישע באאמטע פון אמעריקע און פון רוסלאנד צו דיסקוטירן זיכערהייטס אנלעגנהייטן אינעם ראיאן. פרעזידענט טראמפ און פרעזידענט פוטין האבן ביידע געשיקט זייערע העכסטע נאצינאלע זיכערהייט ראטגעבער אינאיינעם מיט מיליטערישע פארשטייער.

פונעם אמעריקאנער זייט איז אנוועזנד דער נאצינאנאלער זיכערהייט ראטגעבער דזשאן באלטאן און פון דער רוסישער זייט דער הויפט פונעם רוסישער זיכערהייטס קאנסול ניקאליי פעטרושאוו, אינאיינעם מיט הויכראנגיקע מיליטערישע דעלעגאציעס פון ביידע זייטן און פונעם מדינת ישראל מיליטער.

דער מדינת ישראל פרעמיער מיניסטער נתניהו האט באצייכנט דעם סאמיט אלס פערזענליכער דערגרייכונג א דאנק זיינע נאנטע באציאונגען מיט פוטין און טראמפ און האט געזאגט אז עס וועט דיסקוטירט ווערן וויאזוי אלע דריי לענדער וועלן קאארדינירן צו סטאביליזירן דעם מצב אין סיריע און אין דעם גאנצן ראיאן. 



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל