דער גענעראל פון נאטא האט היינט געלאזט הערן א פרעצעדענטלאזע ווארנונג פאר רוסלאנד, און געשטעלט אן אולטימאטום פון פינף וואכן אז זי זאל עלימינירן די עס-עס-סי-8 קורצשטרעקיגע נוקלעארע מיסילס וואס קענען טרעפן יעדע פונקט אין אייראפע, און געווארנט אז אויב נישט וועט נאטא נעמען מיליטערישע שריט. דער גענעראל דזשענס סטאלטענבערג האט אונטערגעשטראכן אז די מיסילס זענען א פרעכע פארלעצונג פון אן אינטערנאציאנאלע מיסיל טריטי וואס רוסלאנד האט געשלאסן מיט אמעריקע אין 1987 אז זי וועט נישט אנטוויקלן קיין קורץ שטרעקיגע נוקלעארע מיסילס. ער האט נישט געזאגט קלאר וועלכע שריט נאטא וועט נעמען אבער האט פארזיכערט אז נאטא וועט נעמען שריט צו פארזיכערן אז די מיסילס באדראען נישט אייראפע, וואס קען באדייטן פרישע אנטי-מיסיל סיסטעמען אין מזרח אייראפע.



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל