אויטאריטעטן אין האוואנע -- די הויפטשטאט פון קובא האבן אונטערגענומען א פראיעקט צו רענאווירן און פארשענערן דעם נאכגעלאזטן אידישן בית החיים אלס טייל פון אן איניציאטיוו צו פארשענערן היסטארישע חלקים פון די שטאט אין בעפארברייטונג צו פייערונגען וועלכע קומען פאר קומענדיגע נאוועמבער צו אפצייכענען פינף הונדערט יאר זינט די שטאט איז באוואוינט געווארן. דער בית החיים פארמאגט איבער טויזנט מצבות, א גרויס טייל פון זיי פון אידן וועלכע זענען אנטלאפן פון אייראפע ביים ערשטן און צווייטן וועלט קריג און זענען אויפגענומען געווארן מיט אפענע ארעמס דורך די לאקאלע געמיינדע, און אזוי אויך געפונט זיך דארט א מאנומענט פאר די זעקס מיליאן קדושים. די אידישע קהלה אין קובא וואס האט געשפרודלט ביז צום קאמוניסטישע רעוואלוציע אין 1959 באשטייט היינט פון ארום 1,500 אידן וואס קענען זיך נישט ערלויבן צו אויפהאלטן דעם בית החיים, און דער לאקאלער רעגירונג האט דעריבער בייגעשטייערט ארום צוויי הונדערט טויזנט דאלער פאר דעם פראיעקט.
גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס
הוסף רשומת תגובה