א ריזיגע פייער האט אויסגעבראכן היינט אין פילאדעלפיע אין אן אויל ריפיינערי, דער ריפיינערי איז איינס פון די גרעסטע אין אמעריקע און דער אויפרייס האט זיך געשפירט מיילן ווייט און שווארצע רויעך זעט זיך אן כמעט איבער גאנץ פילאדעלפיע. דער פייער האט אויסגעבראכן 4 אזייגער פארטאגס און די פייערלעשער האבן דאס באקעמפט פאר לאנגע שטונדן ביז עס איז געקומען אונטער קאנטראל אבער עס איז נאכנישט אויסגעלאשן נאר איינגעצוימט צום שטח פון די ריפיינערי. אין די ערשטע שטונדן האבן אויטאריטעטן באפוילן פאר איינוואוינער ארום צו זיך איינשפארן אין באשיצטע ערטער אויס זארג פאר אן ארגערע אויפרייס, אבער נאך עטליכע שטונדן איז דער באפעל אראפגענומען געווארן. עטליכע זענען  אפגעפירט געווארן אין שפיטאל צוליב אטעמען פראבלעמען, און אויטאריטעטן זאגן אז זיי מעסטן די לופט אין די געגענט צו באשליסן אויב מען דארף זיך עוועקיואירן צוליב פארפעסטיגונג.



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל