דער אמעריקאנער אוויאציע אגענטור האט ארויסגעגעבן אן עמערדזשענסי באפעל וועלכע פארבאט אלע אמעריקאנער לופטליניעס פון אריבערפליען העכער איראנער לופט טעריטאריע אויס זארג אז זיי קענען זיין א ציל פאר אן אטאקע, ספעציעל אויב אמעריקע נעמט שריט קעגן איראן פאר׳ן אראפשיסן דעם דראון אינעם פערסישן גאלף. אינעם ווארנונג שרייבן זיי אז דאס אראפשיסן די דראון איז געווען אן אומפאראנטווארטליכע שריט פון איראן און אז אין די זעלבע צייט זענען געווען פילע ציווילע פליגער אין די לופטן וועלכע וואלט געקענט געשעדיגט ווערן. אין ליכט פון די מעלדונג האט פילע אמעריקאנער לופטליניעס אפגעשאפן געפלאנטע ליניעס וועלכע פליען אריבער איראנער הימלען, און אזוי אויך האבן עטליכע יאפאנער לופטליניעס געמאלדן דאס זעלביגע.



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל