נעכטן איז באקאנט געווארן אז דער פרעזידענט האט שוין  געהאט געגעבן די גוטהייסונג פאר די מיליטער צו דורכפירן א לופט אטאקע קעגן איראן נאכדעם וואס זיי האבן אראפגעשאסן אן אמעריקאנער דראון, די מיליטערישע קרעפטן זענען געווען גרייט און די פליגערס זענען געווען אין די לופטן, אבער ארום צען מינוט פאר די אטאקע האט פרעזידענט טראמפ דאס אפגערופן נאכדעם וואס ער האט באקומען אן אפשאצונג אז דאס קען קאסטן ארום 150 לעבנס. דער פרעזידענט האט באשטעטיגט דעם באריכט זאגנדיג אז ער האט נישט געוואלט קיין בלוטיג נקמה פאר א דראון אטאקע אין וועלכע קיינער איז נישט געשעדיגט געווארן. אזוי אויך איז נעכטן באקאנט געווארן אז דער דראון איז א גאר פארגעשריטענע אפאראט און איז איינס פון בלויז דריי אזעלכע וואס דער מיליטער פארמאגט אין איר באזיץ און קאסט ארום 200 מיליאן דאלער.



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל