פעדעראלע אגענטן האבן געמאלדן דעם ארעסט פון דעניעל עווערעט העיל, אן 31 יעריגער מיליטערישער וועטעראן פון טענעסי וועלכער ווערט באשולדיגט אין אויסנוצן זיין צוטריט צו סענסיטיווע געהיימע דאקומענטן ווען ער האט געארבעט פאר די ען-עס-עי און ארויסווישן דאקומענטן מיט געהיימניסן איבער אן אמעריקאנער דראון פראגראם אין מיטל מזרח און האט עס איבערגעבן פאר א דזשורנאליסט. דער פארברעכן איז פארגעקומען אנגעהויבן פון 2013 ווען ער האט נאך געארבעט אין די ען-עס-עי און האט אנגעהאלטן לאנג נאכדעם וואס ער האט פארלאזט דעם אגענטור. אויב ווערט ער געפונען שולדיג שטייט ער אויס א מאקסימום פון 50 יאר טורמע אויף שפיאנאזש קלאגעס און פאר׳ן גנב׳נען רעגירונג אייגענטום.



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל