קריזיס צווישן אמעריקע און צפון קארעא באנייט!

דער קריזיס צווישן אמעריקע און צפון קארעא איז באנייט געווארן ווען אמעריקאנער אויטאריטעטן האבן געמאלדן אז אמעריקאנער קאוסט גארד קרעפטן האבן קאנפיסקירט א לאסט שיף פון צפון קארעא אנגעפולט מיט צענדליגע טויזנטער טאן פון רויע קוילן אויפ׳ן וועג קיין אינדאנעזיע צום פארקויפן, און לויט א ווארטזאגער פארן יוסטיץ דעפארטמענט איז ״דער שיף ארויסגענומען געווארן פון באנוץ״.

דער שיף מיט׳ן נאמען ״ווייז האנעסט״ איז דער גרעסטער לאסט שיף אין באזיץ פון צפון קארעא מיט א קאפיציטעט פון איבער זיבעצן טויזנט טאן, און איז גענוצט געווארן אין מערערע פעלער צו איבערקלוגן די אינטערנאציאנאלע סאנקציעס מיט׳ן ליפערן קויל און אנדערע מאטריאל אויף אן אומלעגאלע אופן, און געשווערצט קיין צפון קארעא עלעקטראנישע אפאראטן און טעכנאלאגיע.

דאס איז דאס ערשטע מאל וואס אמעריקע קאנפיסקירט א שיף פון צפון קארעא פאר׳ן פארלעצן די סאנקציעס, און צייכנט אפ א פרישע שטייפערע ליניע פון די טראמפ אדמיניסטראציע קעגן דעם רעזשים, און ווערט געזען ווי א פרואוו צו לייגן דרוק אויף צפון קארעא זיך צו אומקערן צום פארהאנדלונגס טיש און איר צווינגען צו אויפלעזן איר נוקלעארע פראגראם.



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל