קאנסילמאן חיים דויטש פון פלעטבוש און קלמן יעגער פון בארא פארק האבן אפגעהאלטן א פרעסע קאנפערענץ אויף די טרעפ פונעם סיטי האל צו אויפטרייבן שטיצע פאר ביל וואס זיי האבן פארגעשטעלט פאר׳ן סיטי קאנסיל וועלכע וועט געבן מער פינאנציעלע הילף פאר בתי מדרשים און רעליגיעזע אינסטיטוציעס צו דינגען אייגענע זיכערהייט וועכטער זיך צו באשיצן פון אטאקעס. דער ביל וועט געבן די רעכט פאר רעליגיעזער אינסטיטוציעס צו באשליסן וויפיל זיכערהייט זיי דארפן און אפשיקן דעם ביל צו די שטאט. ביים פרעסע קאנפערענץ האבן זיך באטייליגט נאך דעמאקראטישע סיטי קאנסיל מיטגלידער און צוואנציג רעליגיעזע פירער פון ניו יארק.



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל