זאגט אז ער האט נישט ריינגעוואשן דעם פרעזידענט - ווארפט אפ רוף צו אויפטרעטן פאר קאנגרעס - ברענגט פרישע געשפרעכן איבער אימפיטשמענט

ראבערט מולער האט היינט פאררופן אן עפנטליכע פרעסע קאנפערענץ וואס ער האט באצייכנט אלס זיין ״ערשטע און לעצטע עפנטליכע סטעיטמענט״ איבער זיין אויספארשונג, וואו ער האט געמאלדן אז זיין ארבעט אלס ספעציעלער אויספארשער איז פארענדיגט און ער קערט זיך צוריק צו זיין פריוואטן לעבן, און דערביי פארגעשטעלט זיין פרעספעקטיוו איבער זיין באריכט.

ער האט קלארגעשטעלט אז זיין באריכט טוט נישט ריינוואשן דעם פרעזידענט זאגנדיג ״אויב וואלטן מיר געווען איבערצייגט אז דער פרעזידענט איז נישט באגאגנען קיין פארברעכנס וואלטן מיר דאס געשריבן אינעם באריכט״ און צוגעלייגט אז דער פרעזידענט זעלבסט איז נישט געווען דער צענטער פון די אויספארשונג וויבאלד ״אנקלאגן דעם פרעזידענט איז נישט געווען אויפ׳ן טיש״ צוליב די יוסטיץ דעפארטמענט פאליסי אז מען קלאגט נישט אן קיין אמטירנדע פרעזידענט.

ער האט אויך געזאגט אז ער וועט נישט אויפטרעטן פאר קאנגרעס צו איבערגעבן מער אינפארמאציע איבער זיין באריכט זאגנדיג ״אלעס וואס איך האב צו זאגן שטייט אינעם באריכט״ און עס ליגט אין די הענט פון קאנגרעס צו באשליסן וואס זיי ווילן טון דערמיט, און דערביי ווידערגעהאלטן אז עס איז פארגעקומען ״א קאארדינירטע און מאסיווע אפעראציע צו זיך אריינמישן אין די אמעריקאנער וואלן דורך די רוסן״.

זיינע באמערקונגען האבן אפגעווארפן די באהויפטונג פונעם אטוירני דזשענעראל אז זיין באריכט טוט ריינוואשן דעם פרעזידענט, און דאס האבן געברענגט באנייטע רופן צווישן דעמאקראטן צו עפענען אן אימפיטשמענט פראצעדור קעגן דעם פרעזידענט, אויך אזעלכע וואס האבן ביז יעצט זיך קעגנשטעלט צו אזא געדאנק.


גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל