דער געוועזענער לאנדאנער מעיאר און ווארשיינליך דער קומענדיגער בריטישער פרעמיער מיניסטער באריס דזשאנסאן האט געקריגן א סובפינע זיך צו שטעלן צום געריכט וואו ער ווערט אנגעקלאגט דורך א פריוואטער בירגער פאר ליגנט זאגן פאר בריטישע וויילער און זיי פארפירן בעפאר די ברעקזיט רעפערענדום.

דער אנקלעגער, א 29 יעריגער ביזנעסמאן זאגט אינעם אנקלאגע אז דזשאנסאן האט דורכאויס דעם קאמפיין שטענדיג איבערגעזאגט אז די מיטגלידערשאפט אינעם פאראיין קאסט אפ פאר בריטאניע 350 מיליאן שטערלינג פונט א וואך, א ציפער וואס שטעלט זיך ארויס צו זיין איבערגעטריבן און איז נישט באזירט אויף קיין שום קאנקרעטע סטאטיסטיקס.

א בריטישע געזעץ ערלויבט בירגער צו אנקלאגן פאליטיקאנטן פאר׳ן ליגנט זאגן פאר די פאבליק, אבער דזשאנסאן האט אוועקגעמאכט דעם אנקלאגע אלס א פאליטישע פרואוו פון זיינע קעגנער צו אונטערמינעווען זיין פאליטישע קאריערע, ספעציעל יעצט ווען ער איז ערווארטעט צו ערוועלט ווערן צו ערפולן דעם פאזיציע פון טערעזע מעי וואס האט רעזיגנירט פון אמט.


גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל