אויסטראלישע פארטיידיגונגס באאמטע זאגן אז איינע פון אירע מיליטערישע העליקאפטערס וואס האט זיך געפונען אויף א פאטראל מיסיע אינעם כינעזער ים איז געצילט געווארן מיט לעיזער שטראלן וואס איז געקומען פון שיפן אינעם ים.
די כינעזער רעגירונג האט דערקלערט דעם גאנצן כינעזער ים אלס אירע טעראטאריאלע וואסערן טראץ די קעגנערשאפט פון די אינטערנאציאנאלע געמיינדע און די ארומיגע לענדער, אריינגערעכנט אויסטראליע, און האט דארט אויפגעבויט מיליטערישע באזעס, און אויך אוועקגעשטעלט דארט א פלאטע פון כינעזער פישערלייט וואס דינען אזוי ווי א מיליציע פאר די כינעזער אינטערעסן.
לעצטנס זענען פארגעקומען צענדליגע אזעלכע אטאקעס, און אויסטראליער פארדעכטיגן אז די כינעזער פישערלייט שטייען אונטער די אטאקע אין א פרואוו צו אפשרעקן אנדערע לענדער פון שווימען אדער פליען אינעם ים, אבער די כינעזער רעגירונג האט אפגעווארפן די באשולדיגונג.

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס
הוסף רשומת תגובה