פרעזידענט טראמפ׳ס איידעם און ראטגעבער דשערעד קושנער געפונט זיך אויף א דיפלאמאטישע מיסיע אינעם מיטל מזרח אין א פרואוו צו זאמלען שטיצע צווישן אראבישע לענדער פאר׳ן שלום פלאן פון די טראמפ אדמיניסטראציע וואס זוכט צו ברענגען א לעזונג צום סכסוך צווישן מדינת ישראל און די פאלעסטינער, הויפטזעכליך דער ׳עקאנאמישער פלאן׳ וואס ער באצייכנט אלס דער ערשטער פאזע אינעם פלאן.

דער פלאן זוכט צו ברענגען ביליאנען פון אינטערנאציאנאלע אינוועסטירונגען צו אויפבליען די פאלעסטינער עקאנאמיע, אבער איז באלד אפגעווארפן געווארן דורך די פאלעסטינער אויטאריטעט און איז אויפגענומען געווארן מיט סקעפטיציזם דורך אראבישע לענדער, דער פאלעסטינער פרעזידענט האט געזאגט ״ווער עס זוכט צו לעזן דעם פראבלעם דארף אדרעסירן דעם פאליטישן פראבלעם, און נישט אונטערקויפן די פאלעסטינער מיט חלומות איבער ביליאנען״

אויף צו שטופן דעם פלאן איז פאררופן געווארן אן אינטערנאציאנאלע סאמיט קומענדיגע חודש אין באכראין, און דערווייל האבן וויכטיגע אראבישע רעגירונגען נישט באשטעטיגט אויב זיי וועלן זיך באטייליגן, אריינגערעכנט ירדן און מצרים וואס פארמאגן אפיציעלע דיפלאמאטישע באציאונגען מיט מדינת ישראל, און אזוי אויך האבן כינע און רוסלאנד קלארגעשטעלט אז זיי וועלן זיך נישט באטייליגן.

קושנער איז ערווארטעט צו באזוכן אין מדינת ישראל דעם דאנערשטאג, אבער עס קומט אין ברען פון א פאליטישע קריזיס אין מדינת ישראל וויבאלד עס קוקט אויס אז מען גרייט זיך אויף פרישע וואלן, וואס באדייט אז עס איז נישטא קיין פונקציאנירנדע רעגירונג וואס קען איינגיין אויף סיי וועלכע ערנסטע דיפלאמאטישע פראצעדורן.


גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל