די אנגייענדע שטורמישע וועטער וואס האלטן שוין אן א רעקארד פון 11 טאג איבער׳ן אמעריקאנער מיד-וועסט מיט אויסטערלישע רעגנס האט געברענגט דעם טייך צו איבערפליסן אירע ברעגעס און ברענגען שאדן פאר צענדליגע טויזנטער וועלכע וואוינען אויף אירע ברעגעס לענגאויס אכט אמעריקאנער שטאטן.
דער טייך איז דער צווייט לענגסטער אויפ׳ן אמעריקאנער קאנטינענט - און פערט גרעסטער אין די וועלט - און לויפט פאר איבער צוויי טויזנט מייל, און די לעצטערע רעגנס האבן אריינגעגאסן אין איר ביליאנען גאלאנען פון וואסער וואס באדראעט צו פארפלייצן פעלדער און הייזער ארום דעם טייך.
פארשער זאגן אז די פארפלייצונג דערנענטערט זיך צו די זעלבע שטאפלן פונעם ׳גרעיט פלאד׳ אין 1927 וואס איז אריין אין היסטאריע אלס איינע פון די ארגסטע נאטור טראגעדיעס אין אמעריקאנער געשיכטע ווען הונדערטער טויזנטער האבן געמוזט אנטלויפן פון זייערע היימען און מיליאנען אקערלאנד פון תבואה פעלדער זענען צוגרינד געגאנגען.
אין ליכט פון דעם פארפלייצונג האט מען איינגעשטעלט פילע דאמבעס און קאנאלן צו פארמיידן נאך אזא אינצידענט, אבער די אנגייענדע שטורעמס און רעגנס וועלכע שטילן זיך נישט איין ברענגען זארג אז דאס וועט נישט הלעפן און מען וועט זען פרעצעדענטלאזע שאדנס איבער גרויסע טיילן פון אמעריקע, וואס טייל עקספערטן זאגן איז א רעזולטאט פון קלימאט טויש.

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס
הוסף רשומת תגובה