עריקס פעליקס, דער פארשוין וואס האט אומגעברענגט ר׳ מנחם שטארק, האט היינט געקריגן פון 15 יאר ביז לעבנסלענגליכע טורמע. עס האט אים געדראעט 25 ביז לעבנסלענגליכע טורמע פאר׳ן ברענגען צום טויט פון שטארק, אבער די פראקורארן האבן רעקאמענדירט א לייכטערע אורטייל וויבאלד ער האט שטארק קאאפערירט מיט די קלאגעס קעגן די אנדערע פארכאפער און ער האט ווי עס שיינט נישט געהאט געפלאנט פון פאראויס דעם מארד. די אלמנה און משפחה פון שטארק האבן געזאגט פאר די פרעסע אז זיי האבן אנגענומען דעם אנטשולדיגונג פון פעליקס וועלכער זאגט אז ער איז אריינגעשלעפט געווארן אינעם מארד און האט טיף חרטה, און די אלמנה פון ר׳ מנחם האט געזאגט אז זי האפט אז ער וועט ארויסגעלאזט ווערן אין 10 יאר ארום צו זיין פאמיליע.



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל