הרב אוריאל וויגלער, א רב פון א לאקאלע חבד קהלה אין איסט סייד, איז נעכטן איבערגעפאלן געווארן דורך א פארשוין וועלכער האט אים אנגעזידעלט מיט אנטיסעמיטישע לאזונגען און סטראשעריי. הרב וויגלער האט געשילדערט פאר די פרעסע די שרעק וואס ער איז אריבער צוליב דעם וואס דער פארשוין האט אים נאגעפאלגט אין די פארטאגס שטונדן און אים באזידלט און האט אויך מיטגעטיילט א ווידעאו אין וועלכע מען זעט א טייל פון דעם אינצידענט וואס האט פאסירט געציילטע טעג נאך דעם שוידערליכן שיסעריי אין סאן דיעגא.
גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס
הוסף רשומת תגובה