א לוסט שיף מיט איבער 300 פאסאזשירן איז אפגעזונדערט געווארן אויף אן אינזל אין די קאריביען נאכדעם וואס עס איז געפונען געווארן אויפ׳ן שיף א פאל פון מיזעלס. באאמטע האבן פארארדענט אז אלע רייזנדע זאלן אפגעזונדערט ווערן ביז עס איז קלאר וויפיל זענען אנגעשטעקט געווארן דערפון און מען מאכט זיכער אז זיי פארשפרייטן דאס נישט ווייטער. דער מיזעלס אויסברוך ברענגט זארג איבער גאנץ אמעריקע אז דער קרענק וואס איז אויסגעראטן געווארן מיט ארום צוואנציג יאר צוריק זאל ווידער אנהויבן בוזשעווען און אנברענגען הונדערטער טויטפעלער און קאמפליקאציעס, ספעציעל פאר עלטערע מענטשן און אזעלכע וואס האבן א שוואכע אימיון סיסטעם.



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל