דער ספעציעלער אויספארשער איבער׳ן רוסלאנד-טראמפ אויספארשונג ראבערט מולער האט געהאט געשיקט א בריוו צום אטוירני דזשענעראל וויליאם באר אין וועלכע ער טוט פאראורווארפן אז באר האט פאלש פארטייטשט זיין באריכט אינעם סך הכל וואס ער האט פארעפנטליכט עטליכע וואכן פריער, און זאגט אז דאס האט געברענגט א צומישעניש איבער די אינהאלט פונעם באריכט.

מולער שרייבט אינעם בריוו אז ער האט פערזענליך געהאט געזאגט פאר באר אז ער איז אומצופרידן דערוועגן, א זאך וואס באדייט אז באר האט ליגנט געזאגט פאר קאנגרעס מיט עטליכע וואכן צוריק ווען ער איז געפרעגט געווארן אויב ראבערט מולער איז איינשטימיג מיט זיין סך הכל פונעם באריכט און ער האט געענטפערט אז ער ווייסט נישט.

באר איז היינט געצימבעלט געווארן דערוועגן ביי א פארהער פארנט פון א קאמיטע אין סענאט און דעמאקראטישע פירער פארלאנגען אז ער זאל רעזיגנירן פון אמט, ער האט זיך פארטיידיגט זאגנדיג אז ער האט נישט ריינגעוואשן דעם פרעזידענט און האט בלויז געזאגט אז עס איז נישטא גענוג באווייזן אים צו אנקלאגן און אז ״די אמעריקאנער פאלק״ וועט דארפן באשליסן אין די קומענדיגע וואלן אויב זיי האלטן אז דער פרעזידענט איז אומשולדיג.

Image result for ag barr

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל