דער וויקיליעקס גרונדער דזשוליאן אסאנזש אין צוגעטיילט געווארן 50 וואכן טורמע דורך א בריטישע געריכט פאר׳ן פארלעצן בעיל געזעצן צוריק אין 2012 ווען ער איז אנטלאפן צום עקוואדארער אמבאסאדע צו אויסמיידן א פראצעס אין ענגלאנד איבער זיין אויסליפערונג קיין שוועדן ווי עס האט אויף אים געווארט קלאגעס וועלכע זענען שוין אינצווישן ארויסגעווארפן געווארן.

אסאנאזש שטייט אויך אויס קלאגעס אין אמעריקע און אויטאריטעטן האבן פארלאנגט זיין אויסליפערונג קיין אמעריקע ווי ער שטייט אויס הארבע קלאגעס פאר׳ן זיך אריינברעכן אין מיליטערישע קאמפיוטערס, אבער בריטישע אויטאריטעטן האבן דערווייל נישט קלארגעשטעלט אויב זיי וועלן נאכקומען דעם אויסליפערונג פארלאנג, וויבאלד דאס געזעץ אין ענגלאנד ערלויבט נישט צו אויסליפערן אויב איז פארהאן א מעגליכקייט אז דער באטרעפנדער שטייט אויס טויט שטראף.



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל