טראץ וואס פילע הויכראנגיקע מיליטערישע פירער האבן דעזערטירט צום אפאזיציע פרעזידענט כואן גועידא האלט נאך די מאדורא רעזשים אן דעם אויבערהאנט מיט רוב מליטערישע פירער אויף זיין זייט, און זיינע קרעפטן באנעמען זיך גאר ברוטאל מיט די פראטעסטירער.

דער דיקטאטור מאדורא האט היינט אין א רעדע דערקלערט זיג זאגנדיג אז ער האט באקעמפט א פוטש פארזוך, אבער פארט האלטן נאך אן די אומרוען און די הויפט פון די געהיים פאליציי אין ווענעזועלע האט געמאלדן זיין שטיצע פאר גועידא אינאיינעם מיט נאך הויכע באאמטע. און גועידא האט גערופן פאר מארגן פאר נאך פראטעסטן און פארשפראכן ״די גרעסטע מארש אין היסטאריע״.

נעכטן האט דער סעקערטערי אוו סטעיט מייק פאמפעאו געזאגט אז מאדורא האט געהאלטן ביים אויפשטייגן אויף א פליגער און אנטלויפן פון לאנד אבער ער איז אפגעהאלטן געווארן דורך רוסלאנד, און באשולדיגט רוסלאנד אין זיך מישן אין די אינערליכע אנלעגנהייטן פון ווענעזועלע און האלטן דעם דיקטאטור אין מאכט. אבער רוסלאנד ווארפט אפ דעם באשולדיגונג און באשולדיגט אמעריקע אין פירן א ״פראפאגאנדע קריג״ קעגן מאדורא.



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל