דער טערקישער דיקטאטור ראסיפ טאיעפ ערדאוואן גלייכט נישט צו פארלירן וואלן, און דעריבער ווען זיין פארטיי האט געליטן א נידערלאגע אין די לאקאלע וואלן אין איסטאנבול האט ער באלד אראפגעריסן דעם אויסגאנג זאגנדיג אז די וואלן זענען נישט געווען יושר׳דיג און די רעזולטאטן זענען נישט פונקטליך.

דער דיקטאטור האט אפגעצייכנט א געווינס ווען די וואל קאמיטע אין איסטאנבול האט אנגענומען די טענות פון זיין פארטיי און געמאלדן אז עס וועט אפגעהאלטן ווערן פרישע וואלן פאר די מעיאר פאזיציע אינעם הויפטשטאט איסטאנבול. א באשלוס וואס איז שטארק קריטיקירט געווארן דורך די אפאזיציע וועלכע זאגט אז דער דיקטאטור האט געסטראשעט די קאמיטע צו אויספירן זיין וואונטש.

די אפאזיציע פארטייען האלטן אפ דיסקוסיעס וויאזוי צו רעאגירן צו די ניי-געשאפענע סיטואציעס, און עס ווערט אויפגעברענגט די מעגליכקייט צו באיאקאטירן די פרישע רונדע פון וואלן, און אזוי אויך ווערן באטראכטן מאסיווע פראטעסטן צו אויסדריקן אויפברויז אויף דעם באשלוס וואס די אפאזיציע רופט אן די ״טויט צו דעמאקראטיע״ אין טערקיי.


גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל