עטליכע אנדייטונגען אין די לעצטע טעג צייגן אז ״עפעס קאכט זיך״ צווישן אמעריקע און איראן, ספעציעל נאכדעם וואס דער סעקערטערי אוו סטעיט מייק פאמפעאו האט אפגערופן א וויכטיגע באזוך אין דייטשלאנד און אפגעפלויגן צום מיטל מזרח, זאגנדיג אז פארשידענע אנטוויקלונגען אינעם ראיאן צווינגען אים צו אפרופן דעם באזוך וואס האט געזאלט זיין די ערשטע אפיציעלע באזוך קיין דייטשלאנד אלס סעקערטערי אוו סטעיט.

דאס קומט נאכדעם וואס אן אמעריקאנער מיליטערישער עירקרעפט קעריער איז אפגעשיקט געווארן צום פערסישן גאלף, דער יו.עס.עס. לינקאלן איז אפגעשיקט געווארן שווער באוואפנט צום ראיאן אינאיינעם מיט 4 בי-52 פליגערס, נאכדעם וואס – לויט די פענטאגאן – האט אמעריקע ערהאלטן פארלעסליכע שפיאנאזש אינפארמאציע אז איראן גרייט זיך אויף אן ערנסטע קאנפראנטאציע מיט אמעריקאנער אינטערעסן אינעם ראיאן.

אויסער דעם האט דער איראנער אויסערן מיניסטער געמאלדן אז מארגן וועט איראן מאכן א וויכטיגע מעלדונג איבער דעם נוקלעארן אפמאך, און זי איז ערווארטעט צו מעלדן אז זי טרעט אפ פון אירע פארפליכטונגען אונטער דעם אפמאך, א זאך וואס עפנט די טיר פאר איר צו פולשטענדיג באנייען איר נוקלעארער פראגראם.


גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל