נאכדעם וואס א פוטש פארזוך קעגן דעם דיקטאטור מאדורא איז דורכגעפאלן האט דער אפאזיציע פירער גועידא צום ערשטן מאל עפנטליך אפעלירט פאר מיליטערישע הילף פון אמעריקע צו אנידערזעצן מאדורא פון די מאכט. און דער אמעריקאנער סעקערטערי אוו סטעיט פאמפעאו האט געזאגט אז אמעריקע באטראכט ערנסט אזא מעגליכקייט.

דערווייל געניסט מאדורא פון די פולסטע שטיצע פון די מיליטערישע קרעפטן אין לאנד, און טראץ עפנטליכע געבעטן פון גועידא און די אפאזיציע אז זיי זאלן דעזערטירן טוען זיי ווייטער אונטערדריקן די פראטעסטירער, און אמווייניגסטנס פינף בירגער זענען אומגעקומען פון די מיליטערישע פייער, אריינגערעכנט א 14 יעריגער יוגנטליכער.

וויצע פרעזידענט מייק פענס האט היינט אין אן אויפטריט אינעם סטעיט דעפארטמענט געזאגט אז אמעריקע וועט צוזאגן שוץ פאר מיליטערישע פירער וועלכע וועלן דעזערטירן דעם מיליטער, און גלייכצייטיג לייגן פרישע סאנקציעס אויף מיטגלידער אינעם העכסטן געריכט אין ווענעזועלע וועלכע באשיצן דעם מאדורא רעזשים.


גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל