דאס ווייסע הויז האט גענומען די אומגעווענליכע שריט פון בלאקירן דעם געוועזענעם ווייסע הויז לעגאלע קאנסול דען מעקגעהאן פון קאאפערירן מיט קאנגרעס נאכדעם וואס זיי האבן אים געשיקט א סובפינע צו פארלאנגען דאקומענטן וועלכע זענען פארבינדען צום מולער אויספארשונג און דינען אלס באווייזן אז פרעזידענט טראמפ האט פרובירט צו שטערן דעם מולער אויספארשונג.
דער לעגאלער ראטגעבער פאר׳ן פרעזידענט און יעצטיגער לעגאלער קאנסול פעט סיפאלאון האט אין א בריוו צו קאנגרעס געשריבן אז די דאקומענטן וועלכע קאנגרעס האט פארלאנגט זענען באשיצט אונטער ״עקזעקיוטיווע פרעווילעגיע״ און דער פרעזידענט האט די רעכט צו אפזאגן א קאנגרעסיאנאלע סובפינע וויבאלד די דאקומענטן געהערן צום עקזעקיוטיוון פליגל פונעם רעגירונג, און דער פרעזידענט האט די רעכט אונטער די קאנסטיטוציע צו באשיצן געשפרעכן צווישן אים און זיינע ראטגעבער.
דאס צייכנט אפ א פרישע שטאפל אין די לעגאלע קאנפראנטאציע צווישן די טראמפ אדמיניסטראציע און די דעמאקראטן אין קאנגרעס, און די ספיקער נענסי פעלאוסי האט דאס באצייכנט אלס פרישע ״אבסטרוקציע צו יוסטיץ״ דורכ׳ן פרעזידענט, זאגנדיג אז דער פרעזידענט מיט זיינע שריט טוט איבערציען דעם שטריקל און ״צווינגט אונז צו באטראכטן אימפיטשמענט״.

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס
הוסף רשומת תגובה