כינע האט ארויסגעצויגן פון בוזעם טאש א פרישע קארטל אין די אנגייענדע האנדלס קריג מיט אמעריקע, און געווארנט אז זי וועט ענדיגן עקספארט פון וויכטיגע מינעראלן וואס פעלן זיך אויס אויף צו פראדוצירן צענדליגע סארטן עלעקטראנישע אפאראאטן ווי לעיזער מאשינען, ראדארן, מיסילס סיסטעמען, סמארטפאון׳ס און נאך צענדליגע אפאראטן. עס האנדלט זיך פון עטליכע זעלטענע מינעראלן וואס מען טרעפט אין קליינע קוואנטום׳ס אין געוויסע ערטער אין די וועלט, די מינעראלן האבן מאגנעטישע קרעפטן און זענען ׳קאנדאקטיוו׳ פאר עלעקטעריק און זענען א קריטישע טייל אין רוב מאדערנע טעכנאלאגיע, און כינע קאנטראלירט ארום 90% פון דעם אינדוסטרי, און אויב זי הערט אויף דאס צו עקספארטירן קען דאס פארקריפלן דעם אמעריקאנער עלעקטראניקס מארקעט.



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל