דער ׳וואל סטריט דזשורנאל׳ האט נעכטן אויפגעדעקט אז דורכאויס דעם באזוך פון פרעזידענט טראמפ אין יאפאן האבן מיליטערישע פירער פארארדענט צו איבערדעקן מיט א ליילעך דעם מיליטערישן עיר-קרעפט קעריער יו.עס.עס. דזשאן מ׳קעין - וואס אנקערט יעצט אין טאקיא - און האבן געשיקט די מארינען אויף וואקאציע דורכאויס דעם באזוך. דער שריט איז גענומען געווארן וויבאלד דער פרעזידענט איז באקאנט מיט זיין פיינטשאפט צום פארשטארבענעם סענאטאר דזשאן מ׳קעין אויף וועמענ׳ס נאמען דער שיף רופט זיך און זיי זענען געווען באזארגט אז דאס וועט אים ארויסנעמען פון די גלייזן. דער פרעזידענט האט נעכטן געזאגט אז ער האט נישט געוויסט דערוועגן אבער אנערקענט אז עס איז געטון געווארן צוליב זיין קאנפליקט מיט מ׳קעין ״זיי ווייסן אז איך בין נישט קיין חסיד פון אים״  האט דער פרעזידענט געזאגט.



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל