טראמפ האט נעכטן באנייט זיינע אטאקעס קעגן ראבערט מולער און זיין שטאב, און זיי אנגערופן ״די ארגסטע מענטשן אויף די וועלט״ און זיי באשולדיגט אז זיי האבן געהאט פארטייאישע מאטיוון אין זייער אויספארשונג, און געזאגט אז מולער איז געווען בייז אויף אים ווייל ער האט אים נישט באשטימט אלס עף-בי-איי דירעקטאר. ער האט אויך אפגעווארפן די באהויפטונג פון אלע אמעריקאנער שפיאנאזש אגענטורן אז רוסלאנד האט אים געהאלפן ערוועלט ווערן, זאגנדיג ״זיי האבן מיך נישט געהאלפן, זיי האבן פרובירט צו העלפן קלינטאן״ . דאס קומט א טאג נאכדעם וואס מולער האט אפגעהאלטן א פרעסע קאנפערענץ אין וועלכע ער האט אנגעדייטעט אז דער פרעזידענט איז באגאנגען פארברעכנס אבער מען האט דאס נישט געקענט פעסטשטעלן וויבאלד דער פרעזידענט קען נישט ווערן אנגעקלאגן אונטער די סטאנדארטן פון דעם יוסטיץ דעפארטמענט.
גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס
הוסף רשומת תגובה