אובער האט זיך אנטשולדיגט איבער אן אינצידענט אין לאס אנדזשעלעס אין וועלכע א דרייווער - פון פאלעסטינער אפשטאם - האט ארויסגעשטויסן צוויי אידישע פרויען פון זיין קאר נאכדעם וואס ער האט באמערקט אז זיי קומען פון א פרא-מדינת ישראל פייערונג. די פרויען האבן פארציילט אז דער דרייווער האט זיי געפרעגט פון וואנט זיי קומען און ווען זיי האבן געזאגט דעם אמת האט ער זיי באפוילן צו זאפארט ארויסגיין פון זיין קאר זאגנדיג ״איך בין א פאלעסטינער, איך וויל ענק נישט האבן אין מיין קאר״. אובער האט אין א סטעיטמענט געזאגט אז דער דרייווער וועט מער נישט קענען צושטעלן אובער סערוויסעס.



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל