נעכטן נאכט איז דער נארוואס ערוויילטער פארליאמענט אין מדינת ישראל אויפגעלעזט געווארן און עס זענען פאררופן פרישע וואלן בלויז 50 טאג נאך די פארלאפענע וואלן. דאס קומט נאך עטליכע דראמאטישע טעג ווען די פרואוון פון ביבי נתניהו צו צוזאמענשטעלן א קאאליציע זענען דורכגעפאלן צוליב א מיינונגס פארשידנהייט צווישן די פרומע פארטייען און די ׳ישראל ביתנו׳ פארטיי פון אביגדור ליבערמאן איבער איינצעלהייטן אין דעם ׳חוק הגיוס׳ וואס באשטימט וויפיל ישיבה בחורים דארפן רעקרוטירט ווערן צום מיליטער. די וואלן זענען באשטימט געווארן אויף סעפטעמבער 17 און נתניהו האט נעכטן פארשפראכן א שארפע און אגרעסיווע קאמפיין אויף צו פארגרעסערן דעם ליכוד פארטיי אז ער זאל קענען צוזאמענשטעלן א קאאליציע אן די קלענערע פארטייען.



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל