אילינאי – א פארפאלק וועלכע האט זיך אהערגעשטעלט אלס א חסידישע פאמיליע און געוואוינט אין שיקאגא, איז אויפגעדעקט געווארן אלס נישט מער ווי מיסיאנערן, וועלכע האבן פרובירט צו אינפילטרירן די ארטיגע אידישע געמיינדע און פארכאפן אידן צום קריסטנטום ה"י. די אויפדעקונג איז געמאכט געווארן דורך א חשוב'ן סופר סת"ם פון וויליאמסבורג, וואס האט באזוכט אין שיקאגא און האט דערקענט דעם מאן אלס דער זעלביגער פארשוין וואס האט פרובירט ענליך אריינצונארן אידן אין וויליאמסבורג מיט עטליכע יאר צוריק, און מ'האט אים דאן פאריאגט פונעם ראזלער ביהמ"ד אויף גערי סטריט וואו ער פלעגט זיך דרייען.
הוסף רשומת תגובה