וויליאמסבורג - אידישע איינוואוינער אין דער ״גערי-טרופ״ געגנט פון וויליאמסבורג, זענען אונטער שאק, נאכדעם וואס ס'איז אויפגעדעקט געווארן אז א פארשוין וועלכער האט זיך פארשלייערט אלס א בעל תשובה, און זיך געדרייט א לאנגע צייט צווישן די איינוואוינער, איז אין רעאליטעט א געמיינער מיסיאנער, וועלכער האט געצילט אריינצופאנגען אידישע נשמות צו דער פארשאלטענער טומאה פון נוצרות, רחמנא ליצלן. דער פארשוין האט זיך אהערגעשטעלט מיטן נאמען דוד מעכילס, און ער האט אנגעשטעלט א פנים ווי ער האלט מיט אלע תפילות אין ביהמ״ד ראזלא, אריינגערעכנט אז ער האט געפאסט יום כיפור, און די שטיק האט ער דורכגעפירט אינאיינעם מיט זיין פרוי, וועלכע איז אויך געקומען אין שוהל, אנגעקליידט שטארק צניעות'דיג, און מענטשן האבן זיי געלאדנט צו סעודות יו"ט, אבער זייערע אמת׳ע אידענטיטעטן און מאטיוון זענען אויפגעדעקט געווארן נאכדעם וואס א מתפלל פון ראזלער ביהמ״ד איז דערגאנגען זיין אמת'ן נאמען און מאטיוו, און ווען מ'האט פארברענגט מיט יענעם עטליכע שעה האט מען זיך טאקע איבערצייגט דעם גאנצן ביטערן אמת, אז זיין נאמען איז גאר דעיוויד דזשעימס קאסטעלא (David James Costello), און ער איז א מיסיאנער פאר קריסטן וואס צילט צו פארשפרייטן דעם אותו האיש צווישן פרומע אידן און זיין טיטל איז גאר 'האסידיק מיסיאנער', און מ'האט אים שוין פריער געהאט פארטריבן פון בתי מדרשים אין פלעטבוש. מ׳האט געדאנקט השי״ת אז קיינער איז נישט אריינגעפאלן אין זיין נעץ, אבער מ'מוז זיין געווארנט צו שטיין אויף דער וואך אין פאל ער זוכט זיך אריינצובאקומען ערגעץ אנדערשוואו צווישן היימישע אידן.

בילד: פארשלייערטער מיסיאנער אויפגעדעקט אין וויליאמסבורג

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל