קאנאדע – דאס אידישע מאנטרעאל האט שטארק אפגעאטעמט נאך די אפגעהאלטענע וואלן זונטאג, ווען אלע אידן-פריינט קאנדידאטן האבן געוואונען זייערע לאקאלע פאזיציעס. אין אוטרעמאנט געגנט, וואו דער חסידיש'ער ציבור איז קאנצענטרירט אין מאנטרעאל, פלאגט מען זיך שוין אפאר יאר מיט די לאקאלע קאונסיל און באאמטע, וועלכע האבן באשטעטיגט א געזעץ צו בלאקירן דאס בויען סיי וועלכע נייע שוהלן, און אויך האבן זיי באשטעטיגט א סעריע אנטי-אידישע געזעצן און רעגולאציעס, צו בלאקירן אפצוהאלטן הכנסת ספר תורה פייערונגען, פורים געלט-זאמלען, סוכה בויען און נאך. מען האט פרובירט צו באקעמפן דעם אנטי-שוהלן געזעץ דורך לעגאלע מעטאדן, אבער זונטאג האבן די מאנטרעאלער אידן באקומען א געלעגנהייט צו שטימען און דעצידירן, ווער עס זאל פירן אוטרעמאנט ספעציפיש און מאנטרעאל בכלל, און בס"ד האבן די אידן-פריינט געוואונען. אלס מעיאר פון אוטרעמאנט, איז ערוועלט געווארן פיליפ טאמלינסאן, וועלכער האט שוין לאנג פארשפראכן אפצושאפן אלע אנטי-אידן רעגולאציעס, באזונדער האט די ארטאדאקסישע פרוי מרת פאלאק תחי' געווינען איר זיץ אינעם אוטרעמאנט קאונסיל, און אלעס אינאיינעם זיצן יעצט 3 אידן-פריינט אינעם קאונסיל וואס באשטייט פון 4 מיטגלידער, און מ'האט באוויזן ארויסצושטויסן סעלין פארזשעט, וועלכע איז געווען די גרעסטע העצערין קעגן אידן. אין מאנטרעאל איז ערוועלט געווארן וואלערי פּלאונט אלס מעיארקע, וואס זי האט אויך פארשפראכן צו העלפן די אידישע געמיינדע.

בילד: אידן-פריינט געווינען וואלן לענגאויס מאנטרעאל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל