אידילאגיע איז גאר א שטארקע כח. א כח וואס פארבלינדעט די שכל הישר פון א בר דעת. דוגמאות איז דא אסאך, לאמיר צוברענגן עטליכע. די מאוומענט'ס פון 'גלאבאלע אנווארימונג' אז מיר מענטשן זענען פאראנטווארטליך פארן עצם היקום און מיר טוען מיט אונזער שריט אונטערברענגן די וועלט [א]. די צער בעלי חיים גרופע (Peta) וואס מיט זייער אידילאגיע איז די לעבן פון בעלי חיים מער ווערד ווי לעבן פון מענטשן. (יא צער בעלי חיים איז איסור דאורייתא, אבער שיטתם איז אפילו באכילה וכדו') [ב]. אדער אנדערע ענליכע גרופעס וואס גלייבן אין פאבריקאציעס אד"ג. וואס ליגט אונטער די מעכטיגע כח פון אמבערלאנגן צו א גרופע וואס איר כח איז אידילאגיע? די ערקלערונג דערויף איז צוליב א איינגעבוירענע נטיעה וואס די מענטשהייט איז באשאפן געווארן מתולדה. די נטיעה קען מען בייגן אויף גוטס און חלילה אויף נישט גוט. לאמיר נישט צופיל מאריך זיין מיטן הקדמה נאר תיכף צוגיין צום נושא. בשם השם נעשה ונצליח.

יצרא דעבודה זרה


בתורה, נביאים, וכתובים. ביז די צייטן פון די אנשי כנסת הגדולה געפונען מיר די כח אדיר און בלינדע תאוה פון עבודה זרה. עס איז גאר שווער פאר אונז צו פארשטיין ווי אזוי דערהויבענע און קלוגע מענטשן זאלן דינען לצבא השמים און ווער רעדט נאך צו א א בהמה און נאכדערצו א דומם? וועלכע יצר איז דאס? מיר אלע זענען באהאווענט אין די יצרים וואס ברענגן מיט זיך הנאות של חושים וכו' אפילו די איידעלע יצר פון כבוד וואס איז נישט אזוי מוחשיתדי'ג, קען מען אויך פארשטיין עס איז דאך א דבר שנמדד. אבער וואס איז דאס תאות עבודה זרה?

אט די פראגע האט אויך געערגבערט די הייליגע אמורא רב אשי. ווי חז"ל פארציילן במסכת סנהדרין (קב): רב אשי אוקי אשלשה מלכים אמר למחר נפתח בחברין אתא מנשה איתחזי ליה בחלמיה אמר חברך וחבירי דאבוך קרית לן מהיכא בעית למישרא המוציא אמר ליה לא ידענא א"ל מהיכא דבעית למישרא המוציא לא גמירת וחברך קרית לן א"ל אגמריה לי ולמחר דרישנא ליה משמך בפירקא א"ל אמהיכא דקרים בישולא א"ל מאחר דחכימתו כולי האי מאי טעמא קא פלחיתו לעבודת כוכבים א"ל אי הות התם הות נקיטנא בשיפולי גלימא ורהטת אבתראי למחר אמר להו לרבנן נפתח ברבוותא. – רב אשי האט פארגעלערענט מסכת סנהדרין. ביים סוף פונעם שיעור האט ער געזאגט פאר זיינע תלמידים. מארגן גייען מיר לערנען איבער די דריי מלכים וואס זענען אונזערע חברים, דאס הייסט אזאנע תלמידי חכמים ווי אונז. אבער עכ"ז אין להם חלק לעולם הבא. יענע נאכט איז איינע פון דריי מלכים 'מנשה' געקומען אין חלום צו רב אשי. מנשה המלך האט פארגעהאלטן רב אשי אין חלום: דו רופסט אונז אן חברים? און דיין טאטעס חברים? מנשה המלך האט דערביי פארגעלייגט א הלכה שאלה פאר רב אשי (מאיזה מקום בפת צריכין לבצוע לברכת המוציא) רב אשי האט נישט געוויסט די הלכה, און ער האט געבעטן מנשה המלך זאל אים אויסלערנען די הלכה. און האט דערביי צוגעלייגט אז מארגן ביים שיעור וועל איך נאכזאגן די הלכה אין דיין נאמען. אין חלום האט זיך רב אשי געוואנדן צו מנשה המלך מיט די שטארקע פראגע "וויבאלד ענק קעניגן פון יענע דור זענען געווען אזאנע גרויסע תלמידי חכמים, פארוואזשע האבן ענק געדינט עבודה זרה?" האט מנשה המלך אים געענטפערט: אויב וואלסטו רב אשי געווען אין יענע תקופה וואלסטו ווען אויפגעהויבן די זוים פון דיינע קליידער (מ'פלעגט דאן גיין מיט לאנגע בגדים) כדי גרינגער צו מאכן דיין געלויף, און די וואלסט ווען געלאפן דינען עבודה זרה. אזוי שטארק איז די יצר צו עבודה זרה דאן געווען. צו מארגנ'ס האט רב אשי אנגעפאנגן די שיעור 'נפתח ברבוותא' לאמיר אנפאנגן
מיט אונזערע רבי'ס (נישט ווי בעפאר ווי ער האט זיי גערופן חברים).

מיר זעהן פון די גמרא ווי שטארק די תאוה איז געווען, אבער פארוואס איז געווען אזוי שטארק? די ערקלערונג דערויף איז א מדרש (ויקרא פרשה כב סי' ח). די ביאור איז מער באוואוסט אלס די הסבר פונעם רמב"ם (במו"נ) איבער די ענין פון קרבנות. עס איז ידוע די רמב"ן בפרשת צו, ער ברענגט צו די רמב"ם און איז חולק עליו. דער רמב"ם שרייבט בטעם הקרבנות וויבאלד די מצרים און די כשדים האבן געדינט צו בקר און צאן, די מצרים צום טלה און די כשדים צו שדים -שעירים (ואנשי הודו (אינדיע) עד היום וועלן נישט שחט'ן קיין בקר. אזוי שרייבט דער רמב"ם) דעריבער האט הקב"ה געהייסן שחט'ן די דריי מינים בקר צאן וטלה כדי שיודע כי הדבר שהיו חושבים כי הם בתכלית העברה הוא אשר יקריבו לבורא, ובו יתכפרו העונות, כי כן יתרפאו האמונות הרעות שהם מדוי הנפש. כי כל מדוה וכל חלי לא יתרפא כי אם בהפכו.

די ווערטער פונעם רמב"ם איז מער מבואר אויב קוקט מען אריין אין מדרש (שם) די אידן זענען געווען להוטים נאך די עבודה זרה פון די מצריים. דאס הייסט עס איז געווען די social norm יעדער האט אזוי געטון. ווען יעדער טוט עפעס אפילו עס לייגט זיך נישט אויפן שכל איז דא א בלינדע און מעכטיגע תאוה אויך צו זיין ווי יעדער. די הרגשה אז מ'באלאנגט ערגעץ איז א הרגשה וואס טוט פארטעמפן אלע חושים. דעריבער לערענט די מדרש: אמר הקדוש ברוך הוא יהיו מקריבין לפני בכל עת קרבנותיהן באוהל מועד והן נפרשים מעבודה זרה והם נצולים וכו'.

א ביאור עמוק בדברי הרמב"ם געפונען מיר בתורתו של ר' גדליה (להגר"ג נדל זצ"ל) ער איז מקדים וואס מ'פרעגט אויפן רמב"ם (זעה רמב"ן שם) סלקא דעתך אז אז די תורה איז מצוה קרבנות נאר כדי מ'זאל נישט דינען עבודה זרה? ועוד שואלים. אך באמת אין הדבר כן. הרמב"ם אומר דבר מאד עמוק. דער רמב"ם זאגט אז עס איז דא א 'רגש פשוט ויסודי של האדם' יעדע מענטש וויל זיך אנכאפן אין עפעס. הוא אינו יכול לחשוב על הקב"ה רק כעל הבלתי-נתפס, המשולל מכל תואר. וכמו שהמקובלים אומרים שאפילו את ה'אין' אי אפשר לייחס לו. עס איז אמת, עס איז בניגוד לעמקות השכלית הנדרשת מן האדם, אך בכל זאת, האדם הוא חושני. א מענטש דארף האבן עפעס לתפוס בו את המחשבה. והקב"ה מתחשב בזה (ער שרייבט אז דעריבער א קליין קינד איז מדמה הקב"ה כביכול לאש, די חיות של האש שהיא משתלהבת ועולה השמימה, זהו דבר המרשים את הרגש. ויש להבין שעליית הקרבן בלהב אש קשורה לזה). דער מענטש פון אנפאנג, אדם הראשון, כדברי חז"ל און אויך קין, הבל און נח אלע האבן געברענגט קרבנות לה'. כי האדם רוצה לפנות אל הקב"ה. להרגיש את נוכחותו, להרגיש שהוא עובד אותו. נכון, די הרגש היסודי הזה יכול לסטות גם לעבודה זרה. ועל כן התורה מזהירה מיד אחרי מתן תורה: אתם ראיתם כי מן השמים דיברתי עמכם, לא תעשון אתי אלהי כסף ואלהי זהב לא תעשו לכם. כלומר: אני דברתי עמכם מלמעלה מן הבלתי מוגבל, ולכן היזהרו מן ההגשמה, אל תעשו לכם פסל בשביל לסמל את האלהות. מזבח אדמה תעשה לי וכו' וכשאתם עושים מזבח לעבודת הקרבנות, שזהו צורך יסודי של האדם שאני מתחשב בו. עשו אותו פשוט ביותר, מזבח אדמה, וכו'. עמוק ויסודי.

נמצא למדין מדבריו אז די חושני דאס שפירן אז מ'טוט עפעס פיזיש דאס איז די סיבת הקרבנות. מ'שפירט די נוכחות פון הקב"ה.

דברים נפלאים מהחתם סופר: די המצאה און הצלה פון שמונה עשרה


חז"ל במסכת יומא (סט) פארציילן די דראמאטישע קאפיטל ווי אזוי די אנשי כנסת הגדולה האבן געהארגעט דעם יצר הרע פון עבודה זרה און דערמיט געראטוועט כלל ישראל. חז"ל במסכת ערכין (לב) לערנען אונז אז עס איז פארשטענדליך פארוואס משה רבינו ע"ה האט נישט געקענט מבטל זיין די יצרא דעבודה זרה, ווייל ער האט נישט געהאט די זכות פון ארץ ישראל. אבער אויף יהושע בן נון פרעגט זיך פארוואס האט ער עס נישט מבטל געווען (זעה גמרא בפנים).

ידידי ר' י. הירש האט מיר צוגעצייכענט וואס דער רבן של ישראל דער הייליגער חתם סופר אין די דרשות (סוכות דף מח – שבת שובה דף כו) שרייבט מוראדיג'ע דיבורים. לאמיר קודם מעתיק זיין לשונו הקדוש: והנה לפע"ד עיקר עבודה זרה שהיה בישראל היה על ידי מה שנאסרו להם הבמות, ולא נתקבלה שום עבודה בקיבוץ. אלא בבית המקדש ג' פעמים בשנה נתקבצו. ושוב בין הזמנים לא נתקבצו ולא נסדר להם שום עבודה, והם ראו במעשה אמוריים שהשאירו שכל העמים הולכים איש בשם אלוהיו לבקש כל צרכו, וזה הסיתם לעשות כתועבותיהם. ומשום הכי תמצא במלכי יהודה הכשרים שעקרו עבודה זרה מישראל כתיב (מ"ב יב ד) רק הבמות לא סרו עוד העם מזבחים ומקטרים בבמות. חוץ מחזקיהו מלך יהודה הוא הסיר הבמות (שם יח ד) אבל הקדמונים לא הסירום, אעפ"י דהוה חיוב כרת בקדשים בחוץ. מכל מקום בחרו הרע במיעווטו להניח להם במות לשם ה' ולא לעבוד עבודה זרה.

דער חת"ס ברענגט אויס די פראבלעם וואס עס איז געווען בבית ראשון וואס האט גורם געווען צו עבודה זרה (ראה ליקוטי חבר בן חיים ח"ד עמ' יא) די אידן האבן נאר געהאט די געלעגנהייט ארויפצוגיין צום בית המקדש דריי מאל א יאר בשעת די דריי ימים טובים. אויב איינער האט געוואלט דאווענען אינמיטן יאר האט ער נישט געהאט צו וועם זיך צו ווענדן (חוץ דוד המלך ויחידי סגולה שאמר ערב ובקר וצהרים אשיחה, תהילים נה). דעריבער האט מען זיך טועה געווען ואמרו שהשי"ת איז גבוה מעל גבוה און מ'קען נישט קומען צום הקב"ה נאר דריי מאל א יאר. ובכל עת אם יבקש האדם בקשה יבקשנה ממשמשי ה' צבא המרום.

איז דער חתם סופר ממשיך: ואמנם התחכמו אנשי כנסת הגדולה ותקנו תפלה וסידורה, ולקדש שם ה' ברבים בעשרה ולהתקבץ ג' פעמים בכל יום נגד תמידים, דאע"ג דתפלה דאורייתא, אפילו למ"ד שבכל יום הוא דאורייתא. היה כל אחד אומר תפלה קצרה בלשונו, אעפ"י שהי' מדברים אז לשון הקודש, מ"מ אינו דומה לתיקון גדול שתיקנו הם. ובפרוץ (התפשט) הדבר נבנו בתי כנסיות בכל אתר ואתר וקראו בתורה ותרגומו וכו' ועי"ז שוב לא עלה על דעת שום ישראל לעבוד עבודה זרה, ומסרו נפשם בימי יונים על זה, וזהו הכוונה שהרגו ליצרא דעבודה זרה ועקרוהו לגמרי.

זענען געקומען די אנשי כנסת הגדולה און האבן געלעזט די פראבלעם. פון דאן אן וועט מען יעדן טאג דריי מאל א טאג זיך צוזאמקומען מיט מנין און דאווענען און בעטן און דאנקן הקב"ה מיט די נוסח פון שמונה עשרה וואס זיי האבן מתקן געווען. ווי דער ליקוטי חבר בן חיים שרייבט: אז די אנשי כנסת הגדולה האבן מתקן געווען די מושג פון תפלה בכל יום ובכל מקום שהוא נמצא. אז מ'זאל וויסן אז קרוב ה' לכל קוראיו הן בבית הן בשדה הן ביער הן בבקעה. און נישט ווי די עבודה זרה וואס דארף זיין מול פניו. דורך די תקנה האבן זיי געקענט הרגנ'ן די יצר הרע פון עבודה זרה.

מה נעים ומה נעמת די הסבר הנפלא פונעם הייליגן חתם סופר. עס איז כדאי צו אנרקענען די טובה גדולה פון די אנשי כנסת הגדולה וואס האבן פאר אונז מתקן געווען זיך צו קענען מתבודד זיין מיטן הקב"ה דריי מאל א טאג, איבעראל ווי מ'געפונט זיך אויף די וועלט.

אני – הוא מרכז העולם – ע"ז


הגאון רבי משה שפירא זצ"ל שרייבט א דבר עמוק וואס יסודה איז א מדרש: די יצר הרע פון עבודה זרה איז די תחושה הפנימית והעמוקה 'שאני הוא מרכז העולם' מ'שפירט אז 'איך' באשטים אלסדונג פון די וועלט אויבן און אונטן. מה שבפנים ומה שבאחור. די יסוד איז א מדרש (בראשית רבה פרשה פט): א"ר יוחנן הרשעים מתקיימין על אלהיהם ופרעה חולם והוא עומד על היאור אבל הצדיקים אלהיהם מתקיים עליהם (בראשית כח) הנה ה' נצב עליו. די עובדי עבודה זרה זיי שטייען אויף זייערע עבודה זרה'ס. יעדע עבודה זרה איז א בסיס פארן עובד. זיי שפירן אז זיי זענען אין קאנטראל. הרשעים מתקייימין על אלהיהם. זיי זארגן אויף גלאבאלע אנווארימונג. זיי שפירן אז אן זיי וועט די וועלט אונטערגיין. זיי שפירן זי די שומר העולם. זהו היצר האמיתי והעמוק ביותר, וכמו כל יצר הוא בא להעמיק עד כמה שאפשר ולעשות את מציאותי שלי לאיתנה כמה שיותר. זהו עומק ענין היצר בעצם, לחזק ולהעצים את מציאותנו שלנו כך שהיא תהיה הדבר האיתן ביותר שהיא תהיה העיקר. – דערקעגן ערליכע אידן הצדיקים אלהיהם מתקיים עליהם. הקב"ה איז העכער זיי. זיי לאזן זיך פירן פונעם רבונו של עולם. זיי לאזן אים פירן די וועלט.

נספח: בעל ולמולך


רעדנדיג איבער די בלינדע און שטארקע תאות עבודה זרה בעפאר די אנשי כנסת הגדולה האבן איר געהארגעט. איז די עבודה זרה פון מקריב זיין אייגענע קינדער צו די עבודה זרה בעל און מולך, א דוגמא צו זעהן ווי ווייט די תאות עבודה זרה איז געגאנגן. עס איז יעצט ארויסגעקומען חלק ד' פון סדרי ארכילאוליגה תנכי"ת צווישן אנדערע ברענגט ער צו א אינטרעסאנטע פאקט איבער די בעל ומולך. מקודם לאמיר ציטירן וואס מיר האבן געשריבן בשערי מדע )שופטים תשעו(: א אינטעראסאנטע זאך שרייבט דער הייליגער רמב"ם, די קריסטן און מוסלומענער זענען שליחים פון הקב"ה אויף צעשפרייטן חלקים פון די תורה צווישן די אומות. הגאון רבי אביגדור מיללער זצ"ל אין The truth of the Torah ברענגט צו עטליכע דוגמאות. פאר נישט לאנג צוריק פלעגן די יאפענעזער און כינעזער לרצוח כל הבת הילוד, ווייל נשים זענען נישט נוצבאר אויפן פראנט ביי מלחמות, עס האט אנגעהאלטן זייער א לאנגע צייט און עס האט געקאסט די לעבן פון הונדערטער טויזענטער, ביז די מיסיאנערן אונטערגעשטוצט פון די ענגלענדער און פראנצויזן זענען אהין אנגעקומען און עס איז אפגעשטעלט געווארן. ע"כ וואס מיר האבן געשריבן.

אין די ספר הנ"ל ברענגט ער א מדרש תנחומא (הקדום) ווי חז"ל פארציילן ווי אזוי דער מולך איז צוגעגאנגן: כיצד היה המולך בגיא בן הנום, עשוי חוץ לירושלים, ובמקום מופלג, וצלם היה ופניו של עגל, וידיו פשוטות כאדם שפותח ידיו לקבל דבר מחברו, והיו מסיקין אותו עד שהידים נעשין כאש, ושבעה קנקלים היו לו, והוא לפנים מהם, ולפי קרבנו של כל אחד ואחד היה נכנס, מי שמקריב עוף נכנס לקנקל הראשון... מי שמקריב בנו אומרים הכומרים כי אין למעלה הימנו, היה נכנס לפני מן הקנקל השביעי והיה הולך ונושקו, שנאמר זובחי אדם עגלים ישקון )הושע י“ג(, והיו הכומרים נוטלין בנו ממנו ונותנין התינוק על ידי המולך ונוטלין התופים ומקישין בהן כדי שלא ישמע אביו קול בנו, ומעין של תינוק מתמעכין עליו, והיה התינוק מנהים עד שישליט נפשו על ידו, אמר רבי יהודה הלוי הוא שכתוב ובנו במות התופת אשר בגיא בן הנום )ירמיה ז‘(, מה היא התופת, שהיו מקישין בתופים, מה הוא הנום, שהיו הכומרים אומרין למולך כשהתינוק מנהים יהנה לך יערב לך. ראה היאך היו להוטין אחרי עבודה זרה.

שרעקליך: עס איז געווען א צורה די פנים ווי א עגל א בהמה. די הענט ווי א מענטש. די הענט זענען געווען אויסגעשטרעקטע הענט, מ'פלעגט אנהייצן די הענט ביז עס איז געווארן ווי פייער. מ'האט גענומען די אייגן קינד, עס איבערגעבן פארן כומר. און מ'האט די קינד אריינגעלייגט אין די אויסגעשטרעקטע הענט. און בשעת מעשה האט מען געהאקט מיט פויקן אז די טאטע זאל נישט הערן די יאמירליכע געשרייען פונעם קינד בשעת עס איז פארברענט געווארן לעבעדיגעהייט. די מדרש איז מסיים זעה ווי להוט זיי זענען געווען נאך די עבודה זרה.

דא קומען מיר צו א אינטערעסאנטע פאקט. איינע פון די שבע עממין איז 'גרגשי' ווען יהושע בן נון האט פארגעשלאגן שלום בעפאר די כבושה, איז די פאלק גרגשי אנטלאפן קיין אפריקע. און עד היום קען מען געפונען בצפון אפריקע און דרום אייראפע לעבעדיגע עדות פון די קינדער קרבנות.

לדוגמה, אין די שאטא קרתגו אין טוניסיה איז דא א פלאץ וואס הייסט תופת. דארט האט מען געפונען טויזנטער סקעלעט"ן פון פארברענטע קינדער. די ספר ברענגט צו בילדער און שריפטן פון פריעדיגע וואס אלס צייגט אויף די אומפארשטענליכע אכזריות און להט פון עבודה זרה וואס האט צוגברענגט עדי כדי כך צו פארברענען אייגענע קינדער.

לסיומא: תפלה ג' פעמים ביום איז א ישועה פאר אונז אז מיר קענען שפירן נאנט מיטן רבונו של עולם. עס איז די גרעסטע מיטל אקעגן עבודה זרה.

בכלל גלייבן אין מושג בלינדערהייט ברענגט אז די להט זאל פארבלענדערן די אמת.


נאטיצן

א ^ מיר האבן שוין געשריבן א מאמר פרטי איבער די נושא פון 'ענוויערמענ"ט' (בעהלותך תשע"ז) מיר האבן דערביי צוגעברענגט די מדרש (קהלת פרשה יז): בשעה שברא הקב"ה את אדם הראשון, נטלו והחזירו על כל איליני גן עדן ואמר לו, ראה מעשי כמה נאים ומש־ בחים הן, וכל מה שבראתי בשבילך בראתי, תן דעתך שלא תקלקל ותחריב את עולמי. מאחינו בני ישראל וואס זענען נשפע געווארן פון די 'גלאבאלע אנווארימונג' אידילאגיע (וואס אגב מרן הגר"א מיללער זצ"ל
האט זיך אויסגעדריקט: עס איז א קאנספיראציע וואס איז ערפינדן געווארן דורך די ליבעראלן) זיי טוען ציטירן די אויבענדעראמנטע מדרש. אויב קוקט מען במפרשי במדרש, ובמסילת ישרים (פרק א) זעהן מיר אז די פירוש איז ווי
פאלגענד: אויב זינדיגט מען, איז מען גורם אז הקב"ה טוט חרוב מאכן זיין וועלט. איר הערט? נישט אז דער מענטש מאכט עס חרוב. נאר די זינד פון אדם האט גורם געווען א קלקול, די חטא פון עץ הדעת האט געברענגט מיתה. האט איינגעשרינקן די חיטים, האט אויסגעטריקענט קוועלער. נישט דאס נוצן גאז און קוילן מאכט חרוב די וועלט. נאר אונזערע זינד איז גורם אז הקב"ה זאל ברענגן א קלקול און א חורבן. (זה מסילת ישרים המבואר במה שציין)

ב ^ איינע פון די גדולים בעפאר די צווייטע וועלט קריג, האט געזעהן ווי א דייטש קושט זיין הונטעל, האט ער זיך אנגערופן: די פאלק וועלן נאך רצחנ'ן מענטשן, ווי די נביא זאגט (הושע) זובחי אדם עגלים ישקון, די מענטשן שחטר'ס זענען בעלי חיים ליבהאבער.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל